Page 109 - Yirmiyohu
P. 109
ירמיה
ירו ָש ַל ִים :װילט איר ניט אַ מוסר אַראָפּנעמען צוצוהערן צו מ ַײנע
װערטער? זאָגט גאָט 14 .געהאַלטן װערן די װערטער פֿון יהוָֹנ ָדב דעם
זון פֿון ֵר ָכבן ,װאָס האָט באַפֿױלן ז ַײנע קינדער ניט צו טרינקען קײן
װ ַײן ,און זײ רטרינקען ניט ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג ,װ ַײל זײ געהאָרכן
דעם באַפֿעל פֿון זײער פֿאָטער ,און איך האָב גערעדט צו א ַײך,
נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גערעדט ,און איר האָט ניט צוגעהערט צו
מיר 15 .און איך האָב געשיקט צו א ַײך אַלע מ ַײנע קנעכט די נבֿיאים,
נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט ,אַ אוזי צו זאָגן :קערט א ַײך אום
איטלעכר אופֿן ז ַײן שלעכטן װעג ,און בעסערט א ַײערע מעשׂים ,און
איר זאָלט ניאָט גײן נאָך פֿרעמדע געטער זײ צו דינען ,און בל ַײבט
זיצן אױף דער ערד װאָס איך האָב געגעבן א ַײך און א ַײערע עלטערן;
אָבער איר האָט ניט צוגענ ַײגט א ַײער אױער ,און ניט צוגעהערט
צו מיר 16 .איז ,װ ַײל די קינדער פֿון יהוֹ ָנ ָדב דעם זון פֿון ֵר ָכבן
האָבן מקיים געװען דעם באַפֿעל פֿון זײער פֿאָטער ,װאָס ער האָט
זײ באַפֿױלן ,און דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט ניט צוגעהערט צו מיר,
17דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון צ ָבאוֹת ,דער גאָט פֿון
ישׂראל:
זע ,איך ברענג אױף יהודה
און אױף אַלע באַװױנער פֿון ירו ָש ַל ִים
דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב גאָנגעזאָגט אױף זײ;
װ ַײל איך האָב גערעדט צו זײ,
אוקן זײ האָבן ניט צוגעהערט,
און איך האָב גערופֿן צו זײ
און זײ האָבן זיך ניט אָפּגערופֿן.
18און צו דעם הױז פֿון די ֵר ָכבים האָט ִירמָיהו געזאָגט :אַזױ האָט
געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת ,דער גאָט פֿון ישׂראל :װ ַײל איר האָט
צוגעהערט צו דעם באַפֿעל פֿון יהוָֹנ ָדב א ַײער פֿאָטער ,און איר האָט
אָפּגעהיט אַלע ז ַײנע באַפֿעלן ,און איר האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס
ער האָט א ַײך באַפֿױלן 19 ,דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה פֿון
צ ָבאומת ,דער גאָט פֿון ישׂראל :עס װעט ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון
יוָֹנ ָדב דעם זון פֿון ֵר ָכבן אַ מאַן צו שטײן פֿאַר מיר אַלע טעג.