Page 111 - Yirmiyohu
P. 111

‫ירמיה‬

‫װערטער פֿון גאָט‪ 12 ,‬און ער האָט אַראָפּגענידערט צום הױז פֿון‬
‫מלך‪ ,‬אין דעם שר ַײבערס קאַמער; ערשט דאָרטן זיצן אַלע האַרן‪,‬‬
‫ֶאלי ָש ָמע דער שר ַײבער‪ ,‬און ד ָלָיהו דער זון פֿון ש ַמעָיהון‪ ,‬און ֶאלָנ ָתן‬
‫דער זון פֿון ַעכבוֹרן‪ ,‬און ג ַמרָיהו דער זון פֿון ָש ָפֿנען‪ ,‬און ִצד ִקָיהו דער‬
‫זון פֿון חַננָיהון‪ ,‬און אַלע האַרן‪ 13 .‬האָט זײ מי ָכיהו דערצײלט אַלע‬
‫װערטער װאָס ער האָט געהערט‪ ,‬װען ברוך האָט געל ַײענט פֿון בוך‬
‫אין די אױער פֿון פֿאָלק‪ 14 .‬און אַלע האַרן האָט געשיקט צו ברוכן‬
‫יהודי דעם זון פֿון נ ַתנָיהו דעם זון פֿון ֶש ֶלמָיהו דעם זון פֿון כּושין‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬די מגילה װאָס דו האָסט פֿון איר געל ַײענט אין די‬
‫אױערן פֿון פֿאָלק‪ ,‬נעם זי אין ד ַײן האַנט‪ ,‬און קום אַהער‪ .‬האָט ברוך‬
‫דער זון פֿון ַנרָיהן גענומען די מגילה אין ז ַײן האַנט‪ ,‬און איז געקומען‬
‫צו זײ‪ 15 .‬האָבן זײ געזאָגט צו אים‪ :‬זעץ אַקאָרשט‪ ,‬און ל ַײען זי אין‬
‫אונדזערע אױערן; און ברוך האָט געל ַײענט אין זײערע אױערן‪.‬‬
‫‪ 16‬און עס איז געװען‪ ,‬װי זײ האָבן געהערט אַלע װערטער‪ ,‬אַזױ‬
‫האָבן זײ אײנער דעם אַנדערן אָנגעקוקט אין אַנגסט‪ ,‬און זײ האָבן‬
‫געזאָגט צו ברוכן‪ :‬דערצײלט מוזן מיר דערצײלן דעם מלך אַלע די‬
‫דאָזיקע װערטער‪ 17 .‬און ברוכן האָבן זײ געפֿרעגט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָג‬
‫אונדז אַקאָרשט‪ ,‬װי אַזױ האָסטו אױפֿגעשריבן די אַלע װערטער פֿון‬
‫ז ַײן מױל? ‪ 18‬האָט ברוך צו זײ געזאָגט‪ :‬ער פֿלעגט אױסרופֿן צו מיר‬
‫מיט ז ַײן מױל אַלע די דאָזיקע װערטער‪ ,‬און איך פֿלעג אױפֿשר ַײבן‬
‫אױפֿן בוך מיט טינט‪ 19 .‬האָבן די האַרן געזאָגט צו ברוכן‪ :‬גײ‬
‫באַהאַלט זיך‪ ,‬דו‪ ,‬און ִירמָיהו‪ ,‬און ק ַײנער זאָל ניט װיסן װוּ איר ז ַײט‪.‬‬
‫‪ 20‬און זײ ז ַײנען געגאַנגען צום מלך אין הױף; און די מגיאָה האָבן זײ‬
‫אַװעקגעלײגט אין דער קאַמער פֿון ֶאלי ָש ָמע דעם שר ַײבער; און זײ‬
‫האָבן דעריצילט אין די אױערן פֿון מלך אַלע װערטער‪ 21 .‬האָט דער‬
‫מלך געשיקט יהודים צו ברענגען די מגילה‪ ,‬און ער האָט זי‬
‫געברטאַכט פֿון דער קאַמער פֿון ֶאלי ָש ָמע דעם שר ַײגבער; און יהודי‬
‫האָט זי געל ַײענט אין די אױערן פֿון מלך‪ ,‬און אין די אױערן פֿון די‬
‫האַרן װאָס ז ַײנען געשטאַנען לעבן מלך‪ 22 .‬און דער מלך איז געזעסן‬
‫אין דעם װינטערהױז – דאָס איז געװען אין נ ַײנטן חוֹדש – און דער‬
‫פֿ ַײערטאָפּ איז געװען אָנגעצונדן פֿאַר אים‪ 23 .‬איז װי יהודי האָט‬
‫אָפּגעל ַײענט דר ַײ ַעמודים אָדער פֿיר‪ ,‬אַזױ האָט ער עס אָפּגעשניטן‬
‫מיטן שר ַײבערמעסער‪ ,‬און אַרױפֿגעװאָרפֿן אױפֿן פֿ ַײער װאָס אין‬
‫פֿ ַײערטאָפּ‪ ,‬ביז די גאַנצע מגילה איז פֿאַרלענדט געװאָרן אױף דעם‬
‫פֿ ַײער װאָס אין פֿ ַײערטאָפּ‪ 24 .‬און זײ האָבן זיך ניט דערשראָקן‪ ,‬און‬
‫ניט צעריסן זײערע קלײדער‪ ,‬דער מלך און אַלע ז ַײנע קנעכט װאָס‬
   106   107   108   109   110   111   112   113   114   115   116