Page 77 - Yirmiyohu
P. 77

‫ירמיה‬

                                                ‫און די דאָזיקע פֿעלקער‬
                          ‫װעלן דינען דעם מלך פֿון בבֿל זיבעציק יאָר‪.‬‬

                   ‫‪ 12‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז די זיבעציק יאָר װערן פֿול‪,‬‬
                        ‫װעל איך זיך רעכענען מיט דעם מלך פֿון בבֿל‪,‬‬

                    ‫און מיט יענעם פֿאָלק‪ ,‬זאָגט גאָט‪ ,‬פֿאַר זײער זינד‪,‬‬
                                    ‫און מיט דעם לאַנד פֿון די ַכּשׂדים;‬

                    ‫אױן איך װעל עס מאַכן פֿאַר אײביקע װיסטענישן‪.‬‬
                           ‫‪ 13‬און איך װעל ברענגנע אױף יענעם לאַנד‬

                 ‫אַלע מ ַײנע װערטער װאָס איך האָב גערעצט דערױף‪,‬‬
                    ‫אַלץ װאָס שטײט געשרטיבן אין דעם דאָזיקן בוך‪,‬‬

               ‫װאָס ִירמָיהו האָט נבֿיאות געזאָגט אױף אַלע פֿעלקער‪.‬‬
                           ‫‪ 14‬װאָרום פֿיל פֿעלקער און גרױסע מלכים‬
                                            ‫װעלן אױך זײ פֿאַרקנעכטן;‬
                           ‫און איך װעל זײ באַצאָלן לױט זײער טואונג‬
                                ‫און לױט דעם װערק פֿון זײערע הענט‪.‬‬

     ‫‪ 15‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל צו מיר‪:‬‬

        ‫נעם דעם דאָזיקן ָכּוס מיט װ ַײן פֿון גרימצאָרן‪ ,‬פֿון מ ַײן האַנט‪,‬‬
                         ‫און זאָלסט אים געבן טרינקען אַלע פֿעלקער‬
                                              ‫װאָס איך שיק דיך צו זײ‪.‬‬

        ‫‪ 16‬און זײ װעלן טרינקען‪ ,‬און זיך װאַקלען‪ ,‬און משוגע װערן‪,‬‬
                       ‫פֿון װעגן דער שװערד װאָס איך ֵשק צװישן זײ‪.‬‬

‫‪ 17‬און איך האָב גענומענם דעם ָכּוס פֿון גאָטס האַנט‪ ,‬און האָב‬
‫געגעבן טרינקען אַלע פֿעלקער װאָס גאָט האָט מיך צו זײ געשיקט‪:‬‬
‫‪ 18‬ירו ָשלקִים‪ ,‬און די שטעט פֿון יהודה‪ ,‬און אירע מלכים‪ ,‬אירע‬
‫האַרן‪ ,‬כּדי זײ צו מאַכן פֿאַר אַ כורבן‪ ,‬פֿאַר אַ שרעק‪ ,‬פֿאַר אַ‬
‫שמוצערונג‪ ,‬און פֿאַר אַ קללה‪ ,‬אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג; ‪ 19‬פּרעה דעם‬
‫מלך פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און ז ַײנע קנעכט‪ ,‬און ז ַײנע האַרן‪ ,‬און ז ַײן גאַנצן‬
‫פֿאָלק; ‪ 20‬און אַלע געמישטע פֿעלקער‪ ,‬און אַלע מלכים פֿון לאַנד‬
‫עוץ‪ ,‬און אַלע מלכים פֿון לאַנד פּ ִלשתּים‪ ,‬און אַשקלוֹן‪ ,‬און ַעָזה‪ ,‬און‬
‫ֶעקרוֹן‪ ,‬און דעם איבערבל ַײב פֿון אַשדוֹד; ‪ֶ 21‬אדוֹם‪ ,‬און ִמאָב‪ ,‬און די‬
‫קינדער פֿון ַעמוֹן; ‪ 22‬און אַלע מלכים פֿון צוֹר‪ ,‬און אַלע מלכים פֿון‬
‫צידוֹן‪ ,‬און די מלכים פֿון דעם אינדזל װאָס אױף יענער ז ַײט אים;‬
   72   73   74   75   76   77   78   79   80   81   82