Page 71 - Yirmiyohu
P. 71
ירמיה
צעבראָכן איז מ ַײן האַרץ אין מיר,
אַלע מ ַײנע ב ַײנער ציטערן;
איך בין געװאָרן װי אַ מענטש אַ שיכּורער,
און װי אַ מאַן װאָס װ ַײן האָט אים איבערגעשטאַרקט;
פֿון װעגן גאָט ,און פֿון װעגן ז ַײנע הײליקע װערטער.
10װאָרום פֿול איז מיט נוֹאפֿים דאָס אַלנד,
װאָרום פֿון װעגן אַ קללה טרױערט דאָס לאַנד,
ז ַײנען פֿאַרטריקנט די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר;
און זײער לױפֿעניש איז צום בײזן,
און זײער גבורה איז ניט ערלעך.
11װאָרום אי דער נבֿיא אי דער כֹּהן ז ַײנען זינדיק,
אַפֿילו אין מ ַײן הױז האָב איך געפֿונען זײער בײז,
זאָגט גאָט.
12דרום װעט זײער װעג זײ ז ַײן
װי אַ גליטשיקער אָרט אין דער פֿינצטער.
זײ װעלן געשטױסן װערן און פֿאַלן אױף אים,
װאָרום איך װעל ברענגען אַן אומגליק אױף זײ,
דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט,
זאָגט גאָט.
13אױך ב ַײ די נבֿיאים פֿון שוֹמרוֹן
האָב איך געזען לעסטערונג;
זײ האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר ב ַעל,
און האָבן פֿאַרפֿירט מ ַײן פֿאָלק ישׂראל.
14אָבער ב ַײ די נבֿיאים פֿון ירו ָש ַל ִים
האָב איך שױדערהאַפֿטיקס געזען:
מַזנה ז ַײן ,און אומגײן מיט ליגן;
און זײ שטאַרקן די הענט פֿון די שלעכטסטוער,
אַז זײ זאָלן זיך ניט אומקערן ק ַײנער פֿון ז ַײן בײז;
זײ ז ַײנען מיר אַלע װי סדוֹם געװאָרן,
און אירע באַװױנער אַזױ װי ַעמוֹ ָרה.
15דרום האָט גאָט פֿון צ ָבאוֹת אַזױ געזאָגט אױף די נבֿיאים:
זע ,איך מאַך זײ עסן װערמוט,
און װעל זײ מאַכן טרינקען גיפֿטװאַסער,
װאָרום פֿון די נבֿיאים פֿון ירו ָש ַל ִים
איז אַרױס די זינדיקײט איבערן גאַנצן לאַנד.