Page 67 - Yirmiyohu
P. 67
ירמיה
פֿאַר שטעט ניט באַװױנטע!
7און איך װעל אָנבר ַײטן אױף דיר צעשטערער,
איטלעכן מיט ז ַײן געצ ַײג,
און זײ װעלן אָפּהאַקן ד ַײנע געקליבענע צעדערן,
און אַר ַײנװאַרפֿן אין פֿ ַײער.
8און פֿיל פֿעלקער װעלן פֿאַרב ַײגײן פֿאַרב ַײ דער דאָזיקער שטאָט,
און זײ װעלן זאָגן אײנער צום אַנדערן :פֿאַר װאָס האָט גאָט אַזױ
געטאָן צו דער דאָזיקער גרױסער שטאָט? 9און מע װעט זאָגן :פֿאַר
װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן דעם בונד פֿון יהוה זײער גאָט ,און האָבן זיך
געבוקט צו פֿרעמדע געטער ,און זײ געדינט.
10איר זאָל ניט װ ַײנען אױפֿן טױטן,
און איט באַדױערן אױף אים;
װײנען װײנט אױף דעם װאָס גײט אַװעק,
װאָרום ער װעט זיך מער ניט אומקערן
און זען דאָס לאַנד פֿון ז ַײן געבורט.
11װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף ַשלום דעם זון פֿון יֹא ִשָיהו
דעם מלך פֿון יהודה ,װאָס האָט געקיניגט אױף דעם אָרט פֿון ז ַײן
פֿאָטער יֹא ִשָיהון ,און װאָס איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דעם דאָזיקן
אָרט :ער װעט זיך מער ניט אומקערן אַהין 12 .נ ַײערט אין דעם אָרט
װוּהין מע האָט אים פֿאַרטריבן ,דאָרטן װעט ער שטאַרבן ,און דאָס
דאָזיקע לאַנד װעט ער מער ניט אָנזען.
13װײ ,דער װאָס בױט ז ַײן הױז מיט אומערלעכקײט,
און ז ַײנע אױבערשטובן מיט אומרעכט;
װאָס אַרבעט מיט ז ַײן חבר אומזיסט,
און גיט אים ניט ז ַײן לױן;
14װאָס זאָגט :איך װעל מיר אױפֿבױען אַ גרױס הױז,
און אױבערשטובן געראַמע;
און ער שנ ַײדט זיך אױס גענצטער;
און ער באַדעקט עס מיט צעדער,
און באַשמירט עס מיט פֿאַרב!
15װילסטו קיניגן ,װ ַײל דו פֿאַרמעסט זיך מיט צעדערהאָלץ?
ד ַײן פֿאָטער ,פֿאַר װאָר ,האָט געגעסן און געטרונקען,