Page 62 - Yirmiyohu
P. 62

‫ירמיה‬

‫‪ 1‬און ַפּשחור דער זון פֿון ִא ֵמר דעם כֹּהן‪ ,‬װאָס איז געװען דער‬

‫אױבעראױפֿזעער אין הױז פֿון גאָט האָט געהערט ִירמָיהוןכ‬

‫נבֿיאותתּ זאָגן די דאָזיקע װערטער‪ 2 .‬און ַפּשחור האָט געשלאָגן‬
‫ִירמָיהו הנבֿיאן‪ ,‬און האָט אים אַר ַײנגעשטעלט אין דעם צװאַנגלאָץ‬
‫װאָס אין אױבערשטן טױער פֿון בנימין‪ ,‬װאָס אין הױז גאָט‪ 3 .‬און עס‬
‫איז געװען אױף מאָרגן‪ ,‬אַז ַפּשחור האָט אַרױסגענומען ִירמָיהון פֿון‬
‫צװאַנגקלאָץ‪ ,‬האָט ִירמָיהו צו אים געזאָגט‪ :‬ניט ַפּשחור האָט גאָט‬

                              ‫גערופֿן ד ַײן נאָמען‪ ,‬נ ַײערט ָמגוֹר‪ִ -‬מ ָסביב‪.‬‬
                                     ‫‪ 4‬װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬

                        ‫זע‪ ,‬איך מאַך דיך פֿאַר אַ שרעק פֿאַר דיר אַלײן‪,‬‬
                                       ‫און פֿאַר אַלע ד ַײנע ליבהאָבער;‬

               ‫און זײ װעלן פֿאַלן דורך דער שװערד פֿון זײערע פֿ ַײנט‪,‬‬
                                      ‫און ד ַײנע אױגן װעלן עס זצוזען;‬
                                        ‫און גאַנץ יהודה װעל איך געבן‬

                                 ‫אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל‪,‬‬
                                  ‫און ער װעט זײ פֿאַרטר ַײבן קײן בבֿל‪,‬‬
                                 ‫און װעט זײ דערשלאָגן מיטן שװערד‪.‬‬
     ‫‪ 5‬און איך װעל געבן אַל דאָס ר ַײכטום פֿון דער דאָזיקער שטאָט‪,‬‬
                               ‫און אַל איר מי‪ ,‬און אַל איר ט ַײערקײט‪,‬‬
                           ‫אױך אַלע אוֹצרות פֿון די מלכים פֿון יהודה‬
                      ‫װעל איך געבן‪ ,‬אין דער האַנט פֿון זײערע פֿ ַײנט‪,‬‬

                                              ‫און זײ װעלן זײ צערױבן‪,‬‬
                        ‫און װעלן זײ נעמען און זײ ברענגען קײן בבֿל‪.‬‬
                   ‫‪ 6‬און דו‪ַ ,‬פּשחור‪ ,‬און אַלע באַװױנער פֿון ד ַײן הױז‪,‬‬

                                         ‫װעט גײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט‪,‬‬
                                           ‫און קײן בבֿל װעסטו קומען‪,‬‬
                                          ‫און דאָרטן װעסטו שטאַרבן‪,‬‬

                                    ‫און דאָרטן װעסטו באַגראָבן װערן‪,‬‬
                                          ‫דו און אַלע ד ַײנע ליבהאָבער‬

                          ‫װאָס דו האָסט זײ נבֿיאות געזאָגט מיט ליגן‪.‬‬

                                    ‫‪ 7‬האָסט מיך איבערגערעדט‪ ,‬גאָט‪,‬‬
                                   ‫און איך בין איבערגערעדט געװאָרן‪,‬‬
                ‫האָסט מיך איבערגעשטאַרקט‪ ,‬און ביסט ב ַײגעקומען;‬
                       ‫איך בין געװאָרן צום געלעכטער אַ גאַנצן טאָג‪,‬‬

                                      ‫איטלעכער טוט שפּעטן פֿון מיר‪.‬‬
   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67