Page 58 - Yirmiyohu
P. 58

‫ירמיה‬

                                  ‫האָב איך חרטה אױף דעם גוטס‬
                        ‫װאָס איך האָב געזאָגט אים צו באַגיטיקן‪.‬‬
            ‫‪ 11‬און אַצונד זאָג אַקאָרשט צו די מענער פֿון יהודה‪,‬‬

                                ‫און צו די באַװױנער פֿון ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
                            ‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                         ‫זעט‪ ,‬איך באַשאַף אױף א ַײך אַן אומגליק‪,‬‬

                               ‫און גראַכט אױף א ַײך אַ טראַכטונג;‬
         ‫קערט א ַײך אום פֿאָרט איטלעכער פֿון ז ַײן שלעכטן װעג‪,‬‬

                  ‫און בעסערט א ַײערע װעגן און א ַײערע מעשׂים‪.‬‬
                                      ‫‪ 12‬אָבער זײ זאָגן‪ :‬אומזיסט!‬

                  ‫נ ַײערט נאָך אונדזערע געדאַנקען װעלן מיר גײן‪,‬‬
‫און איטלעכער לױט דער א ַײנגעשפּאַרטקײט פֿון ז ַײן בײזן האַרצן‬

                                                    ‫װעלן מיר טאָן‪.‬‬

                                 ‫‪ 13‬דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט‪:‬‬
                                 ‫פֿרעגט אַקראָשט ב ַײ די פֿעלקער‪,‬‬

                                       ‫װער האָט אַזױנס געהערט?‬
                                        ‫שױדערהאַפֿטיקס ביז גאָר‬

                               ‫האָט באַגאַנגען די יונגפֿרױ ישׂראל‪.‬‬
                              ‫‪ 14‬װעט פֿון װעגן אַ פֿעלז פֿון פֿעלד‬

                                   ‫דער שנײ דעם ל ָבנוֹן פֿאַרלאָזן?‬
                                     ‫װעט צוליב דומפּיקע װאַסער‬

                       ‫קאַלטע פֿליסעדיקע אַװעקגעװאָרפֿן װערן?‬
                    ‫‪ 15‬װאָרום מ ַײן פֿאָלק האָט פֿאַרגעסן אָן מיר‪,‬‬

                                        ‫צו נישטיקײט ר ַײכערן זײ‪,‬‬
         ‫און מע האָט זײ געמאַכט שטרױכלען אין זײערע װעגן –‬

                                               ‫די אײביקע שטעגן‪,‬‬
                                    ‫‪ 16‬כּדי צו גײן אױף ב ַײשטעגן‪,‬‬
                                   ‫אױף אַ װעג ניט אױסגעטרעטן‪.‬‬
                            ‫כּדי צו מאַכן ז ַײן לאַנד פֿאַר אַ שרעק‪,‬‬
                                    ‫פֿאַר אַן אײביקער שמוצערונג‪.‬‬
          ‫איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרב ַײ װעט זיס דערשרעקן‪,‬‬
                ‫‪ 17‬װי מיט אַ מזרח‪-‬װינט װעל איך זײ צעשפּר ַײטן‬

                                                  ‫פֿאַר דעם פֿ ַײנט;‬
                     ‫זײער רוקן און ניט זײער פּנױם װעל איך זען‪,‬‬

                                          ‫אין טאָג פֿון זײער בראָך‪.‬‬
   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63