Page 54 - Yirmiyohu
P. 54

‫ירמיה‬

                                ‫‪ 20‬קען אַ מענטש זיך מאַכן געטער‪,‬‬
                                      ‫אַז זײ ז ַײנען קײן געטער ניט?‬

                               ‫‪ 21‬פֿאַר װאָר‪ ,‬זע‪ ,‬איך מאַך זײ װיסן‪,‬‬
                                 ‫דאָס מאָל װעל איך זײ מאַכן װיסן‬
                                         ‫מ ַײן האַנט און מ ַײן בבורה‪,‬‬

                        ‫און זײ װעלן װיסן אַז מ ַײן נאָמען איז יהוה‪.‬‬

                        ‫‪ 1‬די זינד פֿון יהודה איז אױפֿגעשריבן‬

   ‫מיט אַן א ַײזערנער פּען‪ ,‬מיט אַ דימענטענעם שפּיץ;יז‬

‫אױסגעקריצט אױפֿן טאָװל פֿון זײער האַרצן‪,‬י און אױף די הערנער‬
                                                ‫פֿון א ַײערע מזבכות‪.‬‬

  ‫‪ 2‬װי זײ בענקען נאָך זײערע קינדער – אַזױ נאָך זײערע מזבחות‪,‬‬
              ‫און זײערע געצנשטאַנגען ב ַײם צװ ַײגהאַפֿטיקן בױם‪,‬‬
                                         ‫אױף די בערגלעך די הױכע‪.‬‬

                                           ‫‪ 3‬מ ַײן געבערג אין פֿעלד!‬
          ‫ד ַײן פֿאַרמעג‪ ,‬אַלע ד ַײנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב‪,‬‬

               ‫ד ַײנע היכן – פֿאַר די זינד אין אַלע ד ַײנע געמאַרקן‪.‬‬
            ‫‪ 4‬און װעסט זיך אָפּװאַרפֿן פֿון זיך אַלײן פֿון ד ַײן נחלה‪,‬‬

                                         ‫װאָס איך האָב דיר געגעבן;‬
                         ‫און איך װעל דיך מאַכן דינען ד ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬

                                  ‫אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט ניט;‬
                ‫װאָרום אַ פֿ ַײער האָט איר אָנגעצונדן אין מ ַײן נאָז‪,‬‬

                                      ‫ביז אײביקן װעט עס ברענען‪.‬‬

                                          ‫‪ 5‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
      ‫פֿאַרשאָלטן דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף אַ מענטשן‪,‬‬

                                     ‫און מאַכט פֿלײש ז ַײן אָנהאַלט‪,‬‬
                              ‫און פֿון גאָט קערט זיך אָפּ ז ַײן האַרץ!‬
         ‫‪ 6‬װאָרום ער װעט ז ַײן װי אַ טאַמאַריסק אין דער װיסטע‪,‬‬
                             ‫און װעט ניט זען װען עס קומט גוטס‪,‬‬
                   ‫און װעט װױנען אין טריקענישן אין דער מדבר‪,‬‬
                    ‫אין אַ לאַנד אַ זאַלציקן װאָס איז ניט באַזעצט‪.‬‬
           ‫‪ 7‬געבענטשט דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט‪,‬‬
   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59