Page 52 - Yirmiyohu
P. 52

‫ירמיה‬

                                     ‫‪ 5‬װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                               ‫זאָלסט ניט קומען אין הױז פֿון יאָמער‪,‬‬

                                         ‫און זאָלסט ניט גײן באַקלאָגן‪,‬‬
                                          ‫און זאָלסט זײ ניט באַדױערן‪,‬‬
                           ‫װאָרום איך האָב אַװעקגענומען מ ַײן שלום‬
                                    ‫פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                                       ‫די גענאָד‪ ,‬און די דערבאַרימונג‪.‬‬
                                  ‫‪ 6‬און גרױס און קלײן װעלן שטאַרבן‬

                                                ‫אין דעם דאָזיקן לאַנד;‬
                                          ‫ניט זײ װעלן באַגראָבן װערן‪,‬‬
                                       ‫און ניט מע װעט קלאָגן נאָך זײ‪,‬‬
                                       ‫און ניט מע װעט זיך א ַײנשנ ַײדן‪,‬‬
                            ‫און ניט מע װעט זיך אַ פּליך מאַכן נאָך זײ;‬
                 ‫‪ 7‬און ניט מע װעט ברעכן ברױט פֿאַר זײ אין אַ ֵבלות‪,‬‬
                                          ‫זײ צו טרײסטן נאָך אַ טױטן‪,‬‬
          ‫און ניט מע װעט זײ געבן טרינקען אַ בעכער פֿון טרײסטונג‬
                              ‫נאָך זײער פֿאָטער און נאָך זײער מוטער‪.‬‬
                         ‫‪ 8‬און אין הױז פֿון אַ סעודה זאָלסטו ניט גײן‪,‬‬
                              ‫צו זיצן מיט זײ‪ ,‬צו עסן און צו טרינקען‪.‬‬
                         ‫‪ 9‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת‪,‬‬

                                                  ‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪:‬‬
                             ‫זע‪ ,‬איך פֿאַרשטער פֿון דעם דאָזיקן אָרט‪,‬‬

                               ‫פֿאַר א ַײערע אױגן און אין א ַײערע טעג‪,‬‬
                     ‫דעם ָקול פֿון לוסטיקײט און דעם ָקול פֿון פֿרײד‪,‬‬

                         ‫דעם ָקול פֿון אַ כתן און דעם ָקול פֿון אַ כּלה‪.‬‬

‫‪ 10‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז דו װעסט זאָגן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק די אַלע‬
‫װערטער‪ ,‬און זײ װעלן זאָגן צו דיר‪ :‬פֿאַר װאָס האָט גאָט אָנגעזאָגט‬
‫אױף אונדז אַלדאָס דאָזיקע גרױסע בײז‪ ,‬און װאָס איז אונדזער‬
‫פֿאַרברעך‪ ,‬און װאָס איז אונדזער זינד װאָס מיר האָבן געזינדיקט צו‬
‫יהוה אונדזער גאָט? ‪ 11‬זאָלסטו זאָגן צו זײ‪ :‬פֿאַר װאָס א ַײערע‬
‫עלטערן האָבן מיך פֿאַרלאָזן‪ ,‬זאָגט גאָט‪ ,‬און זזײ ז ַײנען געגאַנגען נאָך‬
‫פֿרעמע געטער‪ ,‬און האָבן זײ געדינט‪ ,‬און זיך געבוקט צו זײ‪ ,‬און מיך‬
‫האָבן זײ פֿאַרלאָזן‪ ,‬און מ ַײן תּוֹרה האָבן זײ ניט געהיט‪ 12 .‬און איר‬
‫האָט נאָך ערגער געטאָן פֿון א ַײערע עלטערן‪ ,‬און אָט גײט איר‬
‫איטלעכער נאָך דער א ַײנגעשפּאַרטקײט פֿון ז ַײן בײזן האַאַרצן‪ ,‬מיך‬
   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57