Page 48 - Yirmiyohu
P. 48
ירמיה
פֿאַר װאָס האָסטו אונדז געשלאָגן,
אַז פֿאַר אונדז איז קײן הײלונג ניטאָ?
געהאָפֿט אױף שלום,
און קײן גוטס איז ניטאָ;
און אױף אַ צ ַײט פֿון הײלונג,
ערשט אַ שרעקעניש!
20מיר װײסן ,גאָט ,אונדזער שלעכטיקײט,
די זינד פֿון אונדזערע עלטערן;
װאָרום מיר האָבן געזינדיקט צו דיר.
21ניט פֿאַראַכט אונדז פֿון ד ַײן נאָמען װעגן,
ניט שענד דעם טראָן פֿון ד ַײן כּבוד;
דערמאָן זיך ,זאָלסט ניט פֿאַרשטערן ד ַײן בונד מיט אונדז.
22ז ַײנען דאָ צװישן די נישטיקע געצן פֿון די פֿעלקער רעגנ-געבער?
אָדער גיבן די הימלען אַלײן שפּרײרעגן?
פֿאַר װאָר ,דו ביסט יהוה אונדזער גאָט,
און מיר האָפֿן צו דיר,
װאָרום דו מאַכסט דאָס אַלץ.
1און גאָט האָט צו מיר געזאָגט:
װען אױפֿשטײן זאָל משה און שמואל פֿאַר מיר,טו
איז מ ַײן זעל ניט מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק;
שיק זײ אַװעק פֿון מ ַײן פּנים ,און זאָלן זײ אַװעקגײן.
2און עס װעט ז ַײן ,אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר:
װוּהין זאָלן מיר אַװעקגײן?
זאָלסטו זאָגן צו זײ:
אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
װער צום טױט ,צום טױט,
און װער צום שװערד ,צום שװערד,
און װער צום הונגער ,צום הונגער,
און װער צו געפֿאַנגענשאַפֿט ,צו געפֿאַנגענשאַפֿט.
3און איך װעל אָנזעצן אױף זײ פֿיר משפּחות,
זאָגט גאָט:
די שװערד צו הרגען ,און די הינט צו שלעפּן,
און דעם פֿױגל פֿון הימל ,און די חיה פֿון דער ערד,