Page 43 - Yirmiyohu
P. 43
ירמיה
און דעם שטאָלץ פֿון ירו ָש ַל ִים ,דעם גרױסן.
10דאָס דאָזיקע בײזע פֿאָלק
װאָס װילן ניט הערן מ ַײנע װערטער,
װאָס גײען אין דער א ַײנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער האַרצן,
און ז ַײנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע געטער
זײ צו דינען ,און זיך צו בוקן צו זײ,
װעלן װערן װי דער דאָזיקער גאַרטל
װאָס טױג ניט צו קײן זאַך.
11װאָרום אַזױ װי דער גאַרטל איז גאַהעפֿט
צו די לענדן פֿון אַ מאַן,
אַזױ האָב איך באַהעפֿט צו מיר דאָך גאַנצע הױז פֿון ישׂראל,
און דאָס גאַנצע הױז פֿון יהוד ַײה ,זאָגט װאָט,
מיר צו ז ַײן פֿאַר אַ פֿאָלק,
און פֿאַר אַ נאָמען ,און פֿאַר אַ לױב ,און פֿאַר אַ שײנקײט;
אָבער זײ האָבן ניט צוגעהרט.
12און זאָלסט זאָגן צו זײ דאָס דאָזיקע װאָרט:
אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל:
יעטװעדער קרוג װערט אָנגעפֿילט מיט װ ַײן.
און אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר:
װײסן מיר דען ניט װױל,
אַז יעטװעדער קרוג װערט אָנגעפֿילט מיט װ ַײן?
13זאָלסטו זאָגן צו זײ :אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
זע ,איך פֿיל אָן אַלע באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד,
און די מלכים װאָס זיצן פֿון דודן אױף ז ַײן טראָן,
און די כֹּהנים ,און די נבֿיאים,
און אַלע באַװױנער פֿון ירו ָש ַל ִים ,מיט שיכּרות.
14און איך װעל זײ צעהאַקן אײנעם אָן אַנדערן,
אי די פֿאָטערס אי די זין אין אײנעם ,זאָגט גאָט;
איך װעל ניט שױנען ,און ניט דערבאַרימען,
און ניט רכמנות האָבן ,זײ ניט אומצוברענגען.
15הערט און לײגט צו דאָס אױער,
איר זאָלט א ַײך ניט דערהײבן,
װאָרום גאָט האָט גערעדט;
16גיט כּבוד צו יהוה א ַײער גאָט,
אײדער עס װעט פֿינצטער װערן,