Page 40 - Yirmiyohu
P. 40
ירמיה
23און קײן איבערבל ַײב פֿעט ניט ז ַײן פֿון זײ,
װאָרום איך ברענג אַן אומגליק אױף די ל ַײט פֿון ַעָנתוֹת,
דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט.
1גערעכט װעסטו בל ַײבן ,גאָט,יב
װען איך זאָל זיך קריגן מיט דיר;
אָבער גערעכטיקײט װיל איך רעדן צו דיר:
פֿאַר װאָס איז דער װעג פֿון רשעים מצליך?
פֿאַר װאָס לעבן רואיק אַלע פֿעלשער פֿאַלשע?
2פֿלאַנצסט זײ ,און זײ װאָרצלען זיך א ַײן,
זײ גײען אױף און טראָגן פֿרוכצט;
נאָנט ביסטו אין זײער מױל,
און װ ַײט פֿון זײערע נירן.
3און דו ,גאָט ,קענסט מיך,
זעסט מיך ,און האָסט געפּרוּװט מ ַײן האַרץ צו דיר;
שלעפּ זײ אַװעק װי שאָף צו דער שכיטה,
און גיב זײ אָפּ צום טאָג פֿון טײטונג.
4ביז װאַנען װעט טרױערן דאָס לאַנד,
און דאָס גראָז פֿון גאַנצן פֿעלד װעט ז ַײן פֿאַרטריקנט?
פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר
ז ַײנען אומגעקומען בהמות און פֿױגלען;
װ ַײל זײ האָבן געזאָגט:
ער זעט ניט אונדזער ָסוף.
5אױב מיט פֿוסגײער ביסטו געלאָפֿן,
און זײ האָבן דיך מיד געמאַכט,
הינט װי װילסטו זיך מיט פֿערד פֿאַרמעסטן?
און ביסטו זיכער אין לאַנד פֿון פֿריד,
װי װעסטו אָבער טאָן אין דעם געװעלד פֿון ַירדן?
6װאָרום אַפֿילו ד ַײנע ברידער אין ד ַײן פֿאָטערס הױז,
אַפֿילו זײ האָבן געפֿעלשט אָן דיר,
אַפֿילו זײ האָבן דיר נאָפּכגעשריען מיט אַ פֿולער קעל;
ניט גלױב זײ װען זײ רעדן גוט צו דיר.