Page 36 - Yirmiyohu
P. 36
ירמיה
18װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
זע ,איך של ַײדער אַרױס דאָס מאָל די באַװױנער פֿון לאַנד,
און װעל זײ צודריקן ,כּדי זײ זאָלן דערשפּירן.
19װײ מיר אױף מ ַײן בראָך!
שװער אין מ ַײן װוּנד!
און איך האָב געװעסט געזאָגט:
אַ קראַנקשאַפֿט נאָר איז דאָס,
און איך װעל זי אַריבערטראָגן.
20מ ַײן געצעלט אין פֿאַרװיסט,
און אַלע מ ַײנע שטריק ז ַײנען צעריסן,
מינע קינדער ז ַײנען אַרױס פֿון איר און ז ַײנען ניאָט.
ניטאָ װער זאָל אױסשפּר ַײטן װידער מ ַײן געצעלט,
און װער זאָל אױפֿציען מ ַײנע פֿאָרהאַנגען.
21װאָרום פֿאַרגרעבט ז ַײנען די פּאַסטוכער,
און גאָט האָבן זײ ניט געזוכט;
דרום האָב זײ ניט באַגליקט,
און זײער גאַנצע סטאַדע איז צעשפּרײט געװאָרן.
22האָרך! אַ הערונג אָט קומט,
און אַ גרױסער ַר ַעש פֿון צפֿון-לאַנד,
צו מאַכן די שטעט פֿון יהודה אַ װיסטעניש,
אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן.
23איך װײס ,גאָט ,אַז ניט ב ַײם מענטשן איז ז ַײן װעג,
ניט ב ַײם מענטשן איז גײענדיק צו לענקען ז ַײן טריט.
24שטראָף מיך ,גאָט ,אָבער מיט גערעכטיקײט,
ניט אין ד ַײן צאָרן ,כּדי זאָלסט מיך ניט פֿאַרמינערן.
25גיס אױך ד ַײן גרימצאָרן אױף די פֿעלקער װאָס קענען דיך ניט,
און אױף די משפּחות װאָס רופֿן ניט ד ַײן נאָמען,
װאָרום פֿאַרצערט האָבן זײ יעקב,
יאָ ,אים פֿאַרצערט און אים פֿאַרלענדט,
און ז ַײן װױנונג פֿאַרװיסט.