Page 31 - Yirmiyohu
P. 31

‫ירמיה‬

        ‫‪ 1‬װער גיט מיר אין מדברט‬

                  ‫אַ האַרבעריק פֿאַר װאַנדערער‪,‬‬
                      ‫איך װאָלט פֿאַרלאָזן מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                                 ‫און אַװעקגײן פֿון זײ!‬
                        ‫װאָרום אַלע ז ַײנען זײ נוֹאפֿים‪,‬‬
                              ‫אַ געזעמל פֿון פֿעלשער‪.‬‬

  ‫‪ 2‬און זײ שפּאַנען זײער צונג – זײער בױגן פֿון ליגן‪,‬‬
      ‫און ניט פֿאַר אמת ז ַײנען זײ שטאַרק אין לאַנד;‬
                      ‫װאָרום פֿון בײז צו בײז גײען זײ‬
                    ‫און מיך קענען זײ ניט‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬
                  ‫‪ 3‬היט א ַײך איטלעכער פֿון ז ַײן חבר‪,‬‬

‫און אױף קײן ברודער זאָלט איר א ַײך ניט פֿאַרזיכערן‪,‬‬
              ‫װאָרום נאַרן נאַרט איטלעכער ברודער‪,‬‬
                 ‫און איטלעכער חבר טר ַײבט רכילות‪.‬‬
                ‫‪ 4‬און אײנער דעם אַנדערן גענאַרן זײ‪,‬‬
                                ‫און אמת זאָגן זײ ניט;‬

           ‫זײ האָבן א ַײנגעװױנט זײער צונג זאָגן ליגן‪,‬‬
                        ‫זײ מאַטערן זיך צו פֿאַרברעכן‪.‬‬
                        ‫‪ 5‬ד ַײן זיצן אי צװישן באַטרוג;‬

          ‫פֿוהן װעגן באַטרוג װילן זײ מיך ניט קענען‪,‬‬
                                            ‫זאָגט גאָט‪.‬‬

         ‫‪ 6‬דרום האָט גאָט פֿון צ ָבאומת אַזױ געזאָגט‪:‬‬
               ‫זע‪ ,‬איך ל ַײטער זײ‪ ,‬און װעל זײ פּרוּװן‪,‬‬
                          ‫װאָרום װי דען זאָל איך טאָן‬
                  ‫פֿון װעגן דער טאָכטער מ ַײן פֿאָלק?‬
                ‫‪ 7‬אַ פֿאַרשפּיצטע פֿ ַײל איז זײער צונג‪,‬‬
                                     ‫זי רעצט באַטרוג;‬
               ‫מיטן מױל רעדט מען שלוט מיטן חבר‪,‬‬

         ‫און אין זיך מאַכט מען אַ לױערונג אױף אים‪.‬‬
     ‫‪ 8‬זאָל איך דערפֿאַר זיך ניט אָפּרעכענען מיט זײ‪,‬‬

                                            ‫זאָגט גאָט;‬
                     ‫זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע‬

                           ‫זיך ניט נוֹקם ז ַײן מ ַײן זעל?‬
   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36