Page 26 - Yirmiyohu
P. 26

‫ירמיה‬

              ‫‪ 23‬נאָר בלױז דאָס דאָזיקע װאָרט האָב איך זײ באַפֿױלן‪,‬‬
                                      ‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬הערט צו מ ַײן ָקול‪,‬‬
                                      ‫און איך װעל א ַײך ז ַײן צום גאָט‪,‬‬
                                     ‫און איר װעט מיר ז ַײן צום פֿאָלק;‬

           ‫און איר זאָלט גײן אין אַלדעם װעג װאָס איך באַפֿעל א ַײך‪,‬‬
                                                 ‫כּדי א ַײך זאָל גוט ז ַײן‪.‬‬

                                    ‫‪ 24‬אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט‪,‬‬
                                       ‫און ניט צוגענ ַײגט זײער אױער‪,‬‬

                                  ‫און זײ ז ַײנען געגאַנגען אין די עצות‪,‬‬
                   ‫אין דער א ַײנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער בײזן האַרצן‪,‬‬

                          ‫און ז ַײנען געװען אַהינטער און ניט פֿאַרױס‪,‬‬
‫‪ 25‬פֿון דעם טאָג װאָס א ַײערע עלטערן ז ַײנען אַרױס פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‬

                                               ‫ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג;‬
         ‫און איך האָב געשיקט צו א ַײך אַלע מ ַײנע קנעכט די נבֿיאים‪,‬‬

                                     ‫טאָגטעגלעך‪ ,‬נאָכאַנאַנד געשיקט‪,‬‬
                            ‫‪ 26‬אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו מיר‪,‬‬

                                       ‫און ניט צוגענ ַײגט זײער אױער‪,‬‬
                             ‫און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן;‬
                           ‫זײ האָבן געטאָן ערגער פֿון זײערע עלטערן‪.‬‬
                           ‫‪ 27‬און װעסט רעדן צו זײ די אַלע װערטער‪,‬‬

                                   ‫אָבער זײ װעלן ניט צוהערן צו דיר‪,‬‬
                                                 ‫און װעסט רופֿן צו זײ‪,‬‬

                                     ‫אָבער זײ װעלן דיר ניט ענטפֿערן‪.‬‬
                                                ‫‪ 28‬זאָלסטו זאָגן צו זײ‪:‬‬

                       ‫דאָס איז דאָס פֿאָלק װאָס האָט ניט צוגעהערט‬
                                        ‫צו דעם ָקול פֿון יהוה ז ַײן גאָט‪,‬‬
                                           ‫און ניט גענומען קײן מוסר;‬
                                      ‫אונטערגעגאַנגען איז דער אמת‪,‬‬
                                         ‫און פֿאַרשניטן פֿון זײער מױל‪.‬‬

                        ‫‪ 29‬שנ ַײד אָפּ ד ַײן קרױן האָר און װאַרף אַװעק‪,‬‬
                        ‫און אױף די הױכע ערטער הײב אױף אַ קלאָג‪,‬‬

                             ‫װאָרום פֿאַראַכט האָט גאָט און פֿאַרלאָזן‬
                                                ‫דעם ָדור פֿון ז ַײן צאָרן‪.‬‬

                         ‫‪ 30‬װאָרום די קינדער פֿון יהודה האָבן געטאָן‬
                       ‫װאָס איז שלעכט אין מ ַײנע אואיגן‪ ,‬זאָגט גאָט;‬
          ‫זײ האָבן אַר ַײנגעטאָן זײערע אומװערדיקײטן אין דעם הױז‬
   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31