Page 28 - Yirmiyohu
P. 28
ירמיה
און װאָס זײ האָבן זײ געדינט,
און װאָס זײ ז ַײנען געגאַנגען נאָך זײ,
און װאָס זײ האָבן זײ געזוכט,
און װאָס זײ האָבן זיך געבױקט צו זײ;
ניט א ַײנגעזאַמלט און ניט באַגראָבן װעלן זײ װערן;
צו מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ ז ַײן.
3און טױט װעט ז ַײן ליבער פֿון לעבן דעם גאַנצן איבערבל ַײב
װאָס װעט בל ַײבן פֿון דער דאָזיקער בײזער משפּחה,
די װאָס װעלן איבערבל ַײבן אין אַלע ערטער
װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין,
זאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת.
4און זאָלסט זאָגן צו זײ :אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
פֿאַלט מען און מע שטײט ניט אױף?
צי קערט מען זיך אָפּ ,און מע קערט ניט צוריק?
5פֿאַר װאָס האָט זיך אָפּגעקערט דאָס דאָזיקע פֿאָלק ,ירו ָש ַל ִים,
אַן אײביקע אָפּקערונג?
זײ האַלטן זיך אָן באַטרוג,
זײ װילן ניט צוריקקערן.
6איך האָב געהאָרכט און זיך צוגעהער,ט
ניט די ריכטיקײט רעדן זײ.
ק ַײנער האָט ניט חרטה אױף ז ַײן שלעכטיקײט,
צו זאָגן :װאָס האָב איך געטאָן!
איטלעכער קערט זיך אַװעק אין ז ַײן געלאַף,
װי אַ פֿערד װאָס יאָגט אין מלחמה.
7אַפֿילו דער שטאָרך אין הימל
װײס ז ַײנע געשטעלטע צ ַײטן,
און די טורטלטױב און די שװאַלב און דער בושל
היטן די צ ַײט פֿול זײער קועמן;
נאָר מ ַײן פֿאָלק װײס ניט
דאָס געזעץ פֿון גאָט.
8װי קענט איר זאָגן :חכמים ז ַײנען מיר,
און די תּוֹרה פֿון גאָט איז ב ַײ אונדז?
פֿאַר װאָר ,זע ,אומנישט האָט געאַרבעט
די פֿאַלשע פּען פֿון די שר ַײבער.
9פֿאַרשעמט ז ַײנען די חכמים,