Page 25 - Yirmiyohu
P. 25
ירמיה
א ַײך אוון א ַײערע עלטערן,
אַזױ װי איך האָב געטאָן צו שילוֹ.
15און איך װעל א ַײך אַװעקװאַרפֿן פֿון פֿאַר מ ַײן פּנים,
אַזױ װי איך האָב אַװעקגעװאָרװן אַלע א ַײערע ברידער,
דעם גאַנצן זאָמען פֿון אפֿרים.
16און דו ,זאָלסט ניט מתפּלל ז ַײן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק,
און ניט אױפֿהײבן אַ געשרײ און אַ תּפֿילה פֿאַר זײ,
און זיך ניט ש ַתּדלען ב ַײ מיר,
װאָרום איך הער דיך ניט צו.
17זעסטו ניט װאָס איזי טוען
אין די שטעט פֿון יהודה און אין די גאַסן פֿון ירו ָש ַל ִים?
18די קינדער קל ַײבן האָלץ,
און די פֿאָטערס צינדן אָן דאָס פֿ ַײער,
און די װ ַײבער קנעטן טײג
צו מאַכן קוכנס צו דער מלכּה פֿון הימל,
און זײ גיסן גיסאָפּפֿער צו פֿרעמדע געטער,
כּדי מיך װי צו טאָן.
19טוען זײ דען מיר װײ ,זאָגט גאָט,
צי ניט זיך אַלײן ,צו דער שנאַד פֿון זײער פּנים?
20דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
זע ,מ ַײן כּעס און מ ַײן גרימצאָרן
גיסט זיך אױס אױף דעם דאָזיקן אָרט,
אױף מענטשן ,און אױף בהמות,
און אױף דעם בױם פֿון פֿעלד,
און אױף דער פֿרוכט פֿון דער ערד,
און ער װעט ברענען און ניט פֿאַרלאָשן װערן.
21אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת,
דער גאָט פֿון ישׂראל:
לײגט צו א ַײערע בראַנדאָפּפֿער צו א ַײערע שלאַכטאָפּפֿער,
און עסט זיך אָן מיט פֿלײש.
22װאָרום איך האָב ניט גערעדט מיט א ַײערע עלטערן,
און האָב זײ ניט באַפֿױלן,
אין דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים,
װעגן אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער.