Page 20 - Yirmiyohu
P. 20

‫ירמיה‬

                               ‫‪” 4‬ברײט אָן אַ מלחמה אױף איר!‬
           ‫שטײט אױף‪ ,‬און לאָמיר אַרױפֿגײן אין מיטן טאָג!“ –‬

                    ‫”װײ אונדז! װאָרום דער טאָג קערט זיך אָפּ‪,‬‬
               ‫װאָרום עס שטרעקן זיך די שאָטנס פֿון אָװנט“ –‬

                ‫‪” 5‬שטײט אױף‪ ,‬און לאָמיר אַרױפֿגײן ב ַײ נאַכט‪,‬‬
                          ‫און לאָמיר צעשטערן אירע פּאַלאַצן!“‬

                   ‫‪ 6‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת‪:‬‬
                                              ‫שנ ַײדט אָן געהילץ‪,‬‬

                        ‫און שיט אָן אַרום ירו ָש ַל ִים אַן ערדװאַל;‬
                         ‫דאָס איז די שטאָט װאָס איז אין גאַנצן‬

                                    ‫אָנגעלײגט מיט רױב אין איר‪.‬‬
                   ‫‪ 7‬װי אַ ברונעם קװעלט אַרױס ז ַײנע װאַסער‪,‬‬

                                 ‫אַזױ קװעלט זי אַרױס איר בײז;‬
‫אומרעכט און רױב הערט זיך אין איר‪ ,‬פֿאַר מ ַײן פּנים איז תּמיד‬

                                         ‫קראַנקשאַפֿט און שלעג‪.‬‬
                                        ‫‪ 8‬נעם אַ מוסר‪ ,‬ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
                     ‫כּדי מ ַײן זעל זאָל זיך ניט אָפּעקלען פֿון דיר‪,‬‬

                                           ‫אַ לאַנד ניט באַװױנט‪.‬‬

                           ‫‪ 9‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת‪:‬‬
            ‫אַרומקל ַײבן װי אַ װ ַײנשטאָק װעט מען אַרומקל ַײבן‬

                                   ‫דעם איבערבל ַײב פֿון ישׂראל;‬
                              ‫קער װידער און װידער ד ַײן האַנט‪,‬‬
                            ‫װי אַ האַרבסטער אױף די צװ ַײגלעך‪.‬‬

                      ‫‪ 10‬צו װעמען זאָל איך רעדן און װאָרענען‪.‬‬
                                               ‫אַז זײ זאָלן הערן?‬

                               ‫זע‪ ,‬זײער אױער איז פֿאַרשטאָפּט‪,‬‬
                                   ‫און זײ קענען ניט פֿאַרנעמען;‬

                      ‫זע‪ ,‬גאָטס װאָרט איז ב ַײ זײ צום געשפּעט‪,‬‬
                                                 ‫זײ װילן עס ניט‪.‬‬

             ‫‪ 11‬דרום בין איך פֿול מיט דעם גרימצאָרן פֿון גאָט‪,‬‬
                                   ‫איך קען מער ניט א ַײנהאַלטן‪:‬‬

                         ‫גיס אים אױך אױף די קינדער אין גאַס‪,‬‬
            ‫און אױף דעם געזעמל פֿון יונגע ל ַײט מיטאַנאַנדער;‬
   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25