Page 15 - Yirmiyohu
P. 15

‫ירמיה‬

                                  ‫און זײער ליכט איז ניטאָ‪.‬‬
            ‫‪ 24‬איך האָב געזען די בערג‪ ,‬ערשט זײ ציטערן‪,‬‬

                       ‫און אַלע הײכן האָבן זיך געטר ַײסלט‪.‬‬
         ‫‪ 25‬איך האָב געזען‪ ,‬ערשט קײן מענטשן איז ניטאָ‪,‬‬

                   ‫און אַלע פֿױגלען פֿון הימל ז ַײנען אַװעק‪.‬‬
        ‫‪ 26‬איך האָב געזען‪ ,‬ערשט דער ַכּר ֶמל איז אַ מדבר‪,‬‬

                    ‫און אַלע ז ַײנע שטעט ז ַײנען צעשטערט‪,‬‬
                             ‫פֿאַר דעם אָנגעזיכט אפֿון גאָט‪,‬‬
                              ‫פֿאַר דעם גרים פֿון ז ַײן צאָרן‪.‬‬

                         ‫‪ 27‬װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                ‫אַ װיסטעניש װעט װערן דאָס גאַנצע לאַנד‪,‬‬

                 ‫הגם קײן פֿאַרלענדונג װעל איך ניט מאַכן‪.‬‬
                        ‫‪ 28‬אױף דעם װעט טרױערן די ערד‪,‬‬

            ‫און פֿינצטער װערן װעלן די הימלען פֿון אױבן‪,‬‬
                ‫װ ַײל איך האָב גערדט‪ ,‬איך האָב געטראַכט‪,‬‬

‫און איך האָב ניט חרטה‪ ,‬און װעל זיך ניט אָפּקערן דערפֿון‪.‬‬
             ‫‪ 29‬פֿאַר דעם ָקול פֿון ר ַײטער און בױגנשיסער‪,‬‬
                               ‫אַנטלױפֿט די גאַנצע שטאָט;‬
                     ‫זײ ז ַײנען אַר ַײן אין געדיכטע װעלדער‪,‬‬
                  ‫און אױף פֿעלזן ז ַײנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען;‬
                           ‫יעטװעדער שטאָט איז פֿאַרלאָזן‪,‬‬
                         ‫און אין זײ װױנט ניט קײן מענטש‪.‬‬
                            ‫און דו באַרױבטע‪ ,‬װאָס טוסטו‪,‬‬
                         ‫‪ 30‬װאָס דו קלײדסט דיך אין רױט‪,‬‬
                 ‫װאָס דו צירסט דיך מיט צירונג פֿון גאָלד‪,‬‬
               ‫װאָס דו ר ַײסט אױף ד ַײנע אױגן מיט פֿאַרב?‬
                                ‫אומזיסט מאַכסטו זיך שײן‪,‬‬
                            ‫ד ַײנע ליבהאָבער פֿאַראַכטן דיך‪,‬‬
                                           ‫זײ זוכן ד ַײן לעבן‪.‬‬

     ‫‪ 31‬װאָרום אַ ָקול װי פֿון אַ װײערין האָב איך געהערט‪,‬‬
                         ‫אַנגסט װי פֿון אַן ערשטגעװינערין‪.‬‬

           ‫דעם ָקול פֿון טאָכטער ִציוֹן װאָס פֿאַרק ַײכט זיך‪,‬‬
                      ‫װאָס שפּרײט אירע הענט פֿאַנאַנדער‪:‬‬
                                   ‫װײ מיר‪ ,‬װאָרום מ ַײן זעל‬
                          ‫איז אוממאַכטיק פֿאַר די טײטער‪.‬‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20