Page 10 - Yirmiyohu
P. 10

‫ירמיה‬

‫דעם האָט די פֿעלשערין איר שװעסטער יהודה זיך ניט אומגעקערט‬
‫צו מיר מיט איר גאַנצן האַרצן‪ ,‬נאָר בלױז מיט ליגן‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬
‫‪ 11‬און גאָט האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬די אָפּגעקערטע ישׂראל האָט‬
‫זיך אַרױסגעװיזן מער רעכטפֿאַרטיק פֿון דער פֿעלשערין יהודה‪.‬‬

      ‫‪ 12‬גײ און זאָלסט רופֿן די דאָזיקע װערטער קען צפֿון‪ ,‬און זאָגן‪:‬‬

                    ‫קער זיך אום‪ ,‬דו אָפּגעקערטע ישׂראל‪ ,‬זאָגט גאָט‪:‬‬
                           ‫איך װעל ניט װאַרפֿן אַ בײז פּנים אױף א ַײך‪,‬‬
                                  ‫װאָרום איך בין גענאָדיק‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                                 ‫איך האַלט ניט אַ שׂנאה אױף אײביק‪.‬‬
                                              ‫‪ 13‬נאָר זײ װיסן ד ַײן זינד‪,‬‬
                                ‫אַז אָן יהוה ד ַײן גאָט האָסטו געבראָכן‪,‬‬

                        ‫און האָסט צעשפּרײט ד ַײנע װעגן צו פֿרעמדע‪,‬‬
                             ‫אונטער יעטװעדער צװ ַײגהאַפֿטיקן בױם;‬
                              ‫און צו מ ַײן ָקול הט איר ניט צוגעהערט‪,‬‬
                                                             ‫זאָגט גאָט‪.‬‬

                               ‫‪ 14‬קערט א ַײך אום‪ ,‬קינדער אָפּקערער‪,‬‬
                                                             ‫זאָגט גאָט‪,‬‬

                                           ‫װאָרום איך בין א ַײער האַר‪,‬‬
                       ‫און איך װעל א ַײך נעמען אײנעם פֿון אַ שטאָט‪,‬‬

                                               ‫און צװײ פֿון אַ משפּחה‪,‬‬
                                      ‫און װעל א ַײך ברענגען קײן ִציוֹן‪.‬‬
              ‫‪ 15‬און איך װעל א ַײך געבן פּאַסטוכער נאָך מ ַײן האַרצן‪,‬‬
                             ‫און זײ װעלן א ַײך פֿיטערן מיט קענשאַפֿט‬

                                             ‫און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט‪.‬‬
                                                   ‫‪ 16‬און עס װעט ז ַײן‪,‬‬

                       ‫אַז איר װעט זיך מערן און פֿרוכפּערן אין לאַנד‪,‬‬
                                             ‫אין יענע טעג‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                                               ‫װעט מען מער ניט זאָגן‪:‬‬
                                             ‫דער אָרון פֿון גאָטס בונד;‬

                                   ‫און ער װעט אױפֿן זינען ניט אַרױף‪,‬‬
                     ‫און מע װעט אים ניט דערמאָנען און ניט דאַכטן;‬

                                 ‫און ער װעט מער ניט געמאַכט װערן‪.‬‬
      ‫‪ 17‬אין יענער צ ַײט װעט מען רופֿן ירו ָש ַל ִים דער טראָן פֿון גאָט‪,‬‬

                      ‫און א ַײנזאַמלען װעלן זיך צו איר אַלע פֿעלקער‪,‬‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15