Page 13 - Yirmiyohu
P. 13

‫ירמיה‬

                                      ‫און אַן אומבפֿענגער פֿון פֿעלקער‬
                                ‫האָט געצױגן‪ ,‬איז אַרױס פֿון ז ַײן אָרט‪,‬‬

                                          ‫צו מאַכן ד ַײן לאַנד צו װיסט‪,‬‬
                          ‫ד ַײנע שטעט זאָלן ָכרב ז ַײן‪ ,‬אָן אַ באַװױנער‪.‬‬

                                  ‫‪ 8‬איבער דעם גורט אָן זאַקקלײדער‪,‬‬
                                               ‫טוט קלאָגן און יאָמערן;‬

                                      ‫װאָרום ניט אָפּגעקערט האָט זיך‬
                                            ‫גאָטס גרימצאָרן פֿון אונדז‪.‬‬

                                   ‫‪ 9‬און עס װעט ז ַײן אין יענעם טאָג‪,‬‬
                                                             ‫זאָװט גאָט‬

                               ‫װעט פֿאַרגײן דאָס האַרץ פֿון דעם מלך‪,‬‬
                                          ‫און דאָס האַרץ פֿון די האַרן;‬

                                   ‫און די כֹּהנים װעלן באַנומען װערן‪,‬‬
                                             ‫און די נבֿיאים װעלן גאַפֿן‪.‬‬

‫‪ 10‬האָב איך געזאָגט‪ :‬װײ‪ ,‬גאָט דו האַר‪ ,‬פֿאַר װאָר‪ ,‬נאַרן גענאַרט‬
‫האָסטו דאָס דאָזיקע פֿאָלק און ירו ָש ַל ִים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪” :‬שלום װעט‬

                    ‫ז ַײן צו א ַײך“‪ ,‬און די שװערד דערגר ַײכט ביזן נפֿש‪.‬‬

                                ‫‪ 11‬אין יענער צ ַײט װעט באַפֿױלן װערן‬
                            ‫אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק און אױף ירו ָש ַל ִים‬
                     ‫אַ הײסער װינט פֿון די הױכער ערטער אין מדבר‪,‬‬

                               ‫אױפֿן װעג צו דער טאָכטער מ ַײן פֿאָלק;‬
                              ‫ניט צו װינטשופֿלען‪ ,‬און ניט צו רײניקן;‬
                 ‫‪ 12‬אַ װינט שטאַרקער פֿון דעם װעט קומען פֿון מיר;‬
                   ‫אַצונד װעל איך אױך אַרױסזאָגן אַ משפּט אױף זײ‪.‬‬

                                      ‫‪ 13‬זע‪ ,‬װי װאָלקנס גײט ער אױף‪,‬‬
                      ‫און װי דער שטורעמװינט ז ַײנען ז ַײנע ר ַײטװעגן;‬

                              ‫פֿלינקער פֿון אָדלערס ז ַײנען ז ַײנע פֿערד‪:‬‬
                              ‫װײ אונדז‪ ,‬װאָרום מיר ז ַײנען פֿאַרװיסט‪.‬‬
                            ‫‪ 14‬װאַש אָפּ פֿון בײז ד ַײן האַרץ‪ ,‬ירו ָש ַל ִים‪,‬‬

                                            ‫כּדי זאָלסט געהאָלפֿן װערן‪.‬‬
                                         ‫ביז װאַנען װעלן רוען אין דיר‬
                                         ‫ד ַײנע מכשבות פֿון אומרעכט?‬
                                     ‫‪ 15‬װאָרום אַ ָקול זאָגט אָן פֿון ָדן‪,‬‬
                    ‫און מאַכט הערן אומגליק פֿון געבערג פֿון אפֿרים‪:‬‬
   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18