Page 18 - Yirmiyohu
P. 18
ירמיה
17און ער װעט אױפֿעסן ד ַײן שניט ,און ד ַײן ברױט;
זײ װעלן אױפֿעסן ד ַײנע זין און ד ַײנע טעכטער;
ער װעט אױפֿעסן ד ַײנע שאָף און ד ַײנע רינדער,
ער װעט אױפֿעסן ד ַײן װ ַײנשטאָק און ד ַײן פֿ ַײגנבױם;
ער װעט צעקלאַפּן מיטן שװערד
ד ַײנע פֿעסטונגשטעט װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף זײ.
18הגם אױך אין יענע טעג ,זאָגט גאָט,
װעל איך ניט מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון א ַײך.
19און עס װעט ז ַײן ,אַז איר װעט זאָגן :פֿאַר װאָס האָט יהוה
אונדזער גאָט אונדז געטאָן דאָס אַלץ? זאָלסטו זאָגן צו זײ :אַזױ װי
איר האָט מיך פֿאַרלאָזן ,און געדינט פֿרעמדע געטער אין א ַײער
לאַנד ,אַזױ זאָלט איר דינען פֿרעמדע אין אַ לאַנד ניט א ַײערס.
20זאָגט דאָס אָן אין הױז פֿון יעקב,
און מאַכט עס הערן אין יהודה ,אַזױ צו זאָגן:
21הערט דאָס צו אַקאָרשט ,איר נאַריש פֿאָלק אָן שׂכל,
װאָס האָבן אױגן און זעען ניט,
װאָס האָבן אױערן און הערן ניט;
22האָט איר דען ניט מוֹרא פֿאַר מיר? זאָגט גאָט,
צי ציטערט איר ניט פֿאַר מ ַײן אָנגעזיכט?
איך װאָס האָב געמאַכט זאַמד אַ גרענעץ צום ים,
אַן אײביק געזעץ װאָס ער קען ניט אַריבערגײן;
און ז ַײנע אינדן װאַרפֿן זיך ,און קענען ניט ב ַײקומען,
און זײ ברומען ,און קענען עס ניט אַריבערגײן.
23אָבער ב ַײ דעם דאָזיקן פֿאָלק
איז אַן אָפּגעקערט און װידערשפּעניק האַרץ,
זײ האָבן זיך אָפּגעקערט און ז ַײנען אַװעק.
24און זײ האָבן ניט געזאָגט אין זײער האַרצן:
לאָמיר מוֹרא האָבן פֿאַר יהוה אונדזער גאָט,
װאָס גיט רעגן ,פֿרירעגן ,און שפּעטערגן ,אין ז ַײן צ ַײט,
װאָס היט פֿאַר אונדז אָפּ די געשטעלטע װאָכן פֿון שניט.
25א ַײערע זינד האָבן אָפּגענ ַײגט די דאָזיקע,
און א ַײערע חטאים האָבן פֿאַרמיטן דאָס גוטס פֿון א ַײך.
26װאָרום צװישן מ ַײן פֿאָלק געפֿינען זיך רשעים;
זײ קוקן נאָך ,אַזױ װי פֿױגלפֿאַנגען לױערן,