Page 17 - Yirmiyohu
P. 17

‫ירמיה‬

          ‫און אין ה ַײזער פֿון זוֹנות קל ַײבן זײ זיך אױף‪.‬‬
             ‫‪ 8‬פֿערד אָפּגעפֿיטערטע‪ ,‬אָגערס ז ַײנען זײ‪,‬‬
            ‫איטלעכער דו ז ַײן חברס װ ַײב הירזשען זײ;‬
              ‫‪ 9‬זאָל איך דערפֿאַר זיך ניט אָפּרעכענען?‬
                                             ‫זאָגט גאָט;‬
                  ‫און זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע‬
                            ‫זיך ניט נוֹקם ז ַײן מ ַײן זעל?‬

        ‫‪ 10‬גײט אַרױף אין אירע רײען‪ ,‬און צעשטערט‪,‬‬
              ‫נאָר אַ פֿאַרלענדונג זאָלט איר ניט מאַכן;‬
                                  ‫טוט אָפּ אירע צװ ַײגן‪,‬‬
                            ‫װאָרום ניט גאָטס ז ַײנען זײ‪.‬‬

             ‫‪ 11‬װאָרום פֿעלשן געפֿעלשט האָבן אָן מיר‬
        ‫דאָס הױז פֿון ישׂראל און דאָס הױז פֿון יהודה‪,‬‬

                                              ‫זאָגט גאָט‪.‬‬
                         ‫‪ 12‬זײ האָבן געלײקנט אָן גאָט‪,‬‬
                         ‫און געזאָגט‪ :‬דאָס איז ניט ער‪,‬‬
                  ‫און בײז װעט ניט קומען אױף אונדז‪,‬‬
          ‫און שװערד און הונגער װעלן מיר ניט אָנזען‪.‬‬
     ‫‪ 13‬און פֿון די נבֿיאים װעט זיך אױסלאָזן אַ װינט‪,‬‬
                  ‫װאָרום דאָס װאָרט איז אין זײ ניטאָ;‬

                              ‫אַזױ זאָל זײ אַלײן געשען!‬
‫‪ 14‬דרום האָט יהוה דער גאָט פֿון צ ָבאוֹת אַזױ געזאָגט‪:‬‬

                  ‫װ ַײל איר רעדט דאָס דאָזיקע גערײד‪,‬‬
  ‫אָט מאַך איך מ ַײנע װערטער אין ד ַײן מױל צו פֿ ַײער‪,‬‬

                         ‫און דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָלץ‪,‬‬
                             ‫און עס װעט זײ פֿאַרצערן‪.‬‬

   ‫‪ 15‬זע‪ ,‬איך ברענג אױף א ַײך אַ פֿאָלק פֿון דער װ ַײט‪,‬‬
                       ‫איר הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬זאָגט גאָט;‬
                            ‫אַ מאַכטיק פֿאָלק איז דאָס‪,‬‬
                       ‫אַ פֿאָלק פֿון פֿאַרצ ַײטן איז דאָס‪,‬‬

                 ‫אַ פֿאָלק װאָס דו װײסט ניט ז ַײן לשון‪,‬‬
                   ‫און פֿאַרשטײסט ניט פֿאָס ער רעדט‪.‬‬

             ‫‪ 16‬ז ַײן פֿ ַײלב ַײטל איז װי אַן אָפֿענער קבר;‬
                                 ‫זײ ז ַײנען אַלע גיבוֹרים‪.‬‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22