Page 21 - Yirmiyohu
P. 21
ירמיה
װאָרום אי מאַן אי װ ַײב װעלן באַצװוּנגען װערן,
דער זקן מיטן פֿולבאַטאָגטן.
12און זײערע ה ַײזער װעלן איבערגײן צו אַנדערע,
פֿעלדער און װ ַײבער מיטאַנאַנדער;
װאָרום איך װעל אױסשטרעקן מ ַײן האַנט
אױף די באַװױנער פֿון לאַנד ,זאָגט גאָט.
13װאָרום פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן
איז איטלעכער גײציק גאָך געװין,
און פֿון נבֿיא ביזן כֹּהן
טוט איטלעכער פֿאַלשקײט.
14און זײ הײלן דעם בראָך פֿון מ ַײן פֿאָלק אױף גרינג,
אַזױ צו זאָגן :שלום! שלום! װען קײן שלום איז ניטאָ.
15זײ װעלן צו שאַנד װערן,
װ ַײל אומװערדיקײט האָבן זײ געטאָן;
צו מאָל שעמען שעמען זײ זיך ניט,
צו מאָל פֿון קײן בושה װײסן זײ ניט;
דרום װעלן זײ פֿאַלן צװישן די געפֿאַלענע;
בעת איך רעכן זיך מיט זײ
װעלן זײ געשטרױכלט װערן ,זאָגט גאָט.
16אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
שטײט אױף די װעגן און זעט,
און פֿרעגט אױף די אַלטע שטעגן,
װוּ איז דער װעג צום גוטן,
און גײט אױף אים,
און געפֿינט אַן אָפּרו פֿאַר א ַײער זעל.
אָבער זײ האָבן געזאָגט:
מיר װעלן ניט גײן.
17און איך פֿעלג אױפֿשטעלן װעכטער איבער א ַײך:
פֿאַרנעמט דעם ָקול פֿון שוֹפֿר!
אָבער זײ האָבן געזאָגט:
מיר װעלן ניט פֿאַרנעמען.
18דרום הערט ,איר פֿעלקער,
און זײ װיסן ,דו א ַײנזאַמלונג ,װאָס אױף זײ קומט.
19הער ,דו ערד;
זע ,איך ברענג אַן אומגליק אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק,