Page 24 - Yirmiyohu
P. 24
ירמיה
6דעם פֿרעמדן ,דעם יתום ,און די אַלמנה װעט איר ניט דריקן,
און אומשולדיק בלוט װעט איר ניט פֿאַרגיסן
אין דעם דאָזיקן אָרט,
און נאָך פֿרעמדע געטער װעט איר ניט גײן,
צו א ַײער אײגענער רעה,
7װעל איך א ַײך לאָזן רוען אין דעם דאָזיקן אָרט,
אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן א ַײערע עלטערן
פֿון אײביק און ביז אײביק.
8זעט ,איר פֿאַרזיכערט א ַײך
אױף װערטער פֿון ליגן אָן אַ נוץ.
9װילט איר גנבען ,טײטן ,און נוֹאפֿן,
און שװערן פֿאַלש ,און ר ַײכערן צו באַק ַעל,
און גײן נאָך פֿרעמדע געטער ,װאָס איר קענט ניט,
10און קומען און זיך שטעלן פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן הױז,
װאָס מ ַײן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים,
און זאָגן” :מיר ז ַײנען געראַטעװעט!“
כּדי צו טאָן אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן!
11איז אַ הײל פֿון רױבער געװאָרן אין א ַײערע אױגן
דאָס דאָזיקע הױז װאָס מ ַײן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים?
אָבער איך ,זעט ,האָב צוגעקוקט ,זאָגט גאָט.
12װאָרום גײט אַקאָרשט צו מ ַײן אָרט װאָס אין שילוֹ,
װאָס איך האָב געמאַכט רוען מ ַײן נאָמען דאָרטן צוערשט,
און זעט װאָס איך האָב געטאָן צו אים,
פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון מ ַײן פֿאָלק ישׂרא.
13און אַצונד ,װ ַײל איר טוט אַלע די דאָזיקע מעשׂים,
זאָגט גאָט,
און איך האָב צו א ַײך גערעדט,
נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גערעצט,
און איר האָט ניט צוגעהערט,
און איך האָב א ַײך גערופֿן,
און איר האָט ניט געענטפֿערט –
14דרום װעל איך טאָן צו דעם הױז,
װאָס מ ַײן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים,
װאָס איר פֿאַרזיכערט א ַײך אױף אים,
װאָס איר פֿאַרזיכערט א ַײך אױף אים,
און צו דעם אָרט װאָס איך האָב געגעבן