Page 27 - Yirmiyohu
P. 27

‫ירמיה‬

                     ‫װאָס מ ַײן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים‪,‬‬
                                        ‫עס צו פֿאַראומרײניקן‪.‬‬

                  ‫‪ 31‬און זײ האָבן געבױט די במות פֿון תּוֹ ֶפֿת‬
                                     ‫װאָס אין טאָל פֿון בן‪ִ -‬הנוֹ‪,‬‬

     ‫צו פֿאַרברענען זײערע זין און זײערע טעכטער אין פֿ ַײער‪,‬‬
                                   ‫װאָס ניט איך האָב באַפֿױלן‪,‬‬

               ‫און ניט עס איז אױף מ ַײן זינען אַרױפֿגעקומען‪.‬‬
                           ‫‪ 32‬דרום זע‪ ,‬טעג קומען‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

                ‫און עס װעט מער ניט געזאָגט װערן ”תּוֹ ֶפֿת“‬
                                       ‫און ”טאָל פֿון ב‪ִ -‬הנוֹם“‪,‬‬

                                   ‫נ ַײערט ”טאָל פֿון טײטונג“‪,‬‬
                            ‫און מע װעט באַגראָבן אין תּוֹ ֶפֿת‪,‬‬
                             ‫װ ַײל מער קײן אָרט װעט ניט ז ַײן‪.‬‬
               ‫‪ 33‬און די טױטע ל ַײבער פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק‬
                      ‫װעלן ז ַײן צו שפּ ַײז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל‪,‬‬

                               ‫און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד‪,‬‬
                            ‫און ק ַײנער װעט זײ ניט אָפּשרעקן‪.‬‬
         ‫‪ 34‬און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון די שטעט פֿון יהודו‪,‬‬

                                 ‫און פֿון די גאַסן פֿון ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
             ‫דעם קֹול פֿון לוסטיקײט און דעם ָקול פֿון פֿרײד‪,‬‬

                ‫דעם ָקול פֿון אַ כתן און דעם ָקונל פֿון אַ כּלה‪,‬‬
                 ‫װאָרום צו װיסטעניש װעט װערן דאָס לאַנד‪.‬‬

                            ‫‪ 1‬אין יענער צ ַײט‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

‫װעט מען אַרױסציען די ב ַײנער פֿון די מלכים פֿון יהודה‪,‬ח‬
                                 ‫און די ב ַײנער פֿון ז ַײנע האַרן‪,‬‬
                                   ‫און די ב ַײנער פֿון די כֹּהנים‪,‬‬
                                  ‫און די ב ַײנער פֿון די נבֿיאים‪,‬‬
                  ‫און די ב ַײנער פֿון די באַװױנער פֿון ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
                                             ‫פֿון זײערע קברים;‬
                               ‫‪ 2‬און מע װעט זײ אױסשפּר ַײטן‬
                             ‫פֿאַר דער זון‪ ,‬און פֿאַר דער לבנה‪,‬‬
                            ‫און פֿאַר דעם גאַנצן חיל פֿון הימל‪,‬‬
                                   ‫אָס זײ האָבן זײ ליב געהאַט‪,‬‬
   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32