Page 30 - Yirmiyohu
P. 30
ירמיה
אױף אַ צ ַײט פֿון הײלונג,
ערשט אַ שרעקעניש.
16פֿון ָדן הערט זיך דאָס סאָפּען פֿון ז ַײנע פֿערד,
פֿון דעם ָקול פֿון די הירזשעס פֿון ז ַײנע אָגערס
ציטערט דאָס גאַנצע לאַנד;
און זײ קומען און פֿאַרצערן
דאָס לאַנד און איר פֿולקײט,
די שטאָט און די װױנער אין איר.
17װאָרום זעט ,איך שיק אָן אױף א ַײך שלענג פּיפּערנאָטערס,
װאָס פֿאַר זײ איז קײן שפּרוך ניטאָ,
און זײ װעלן א ַײך ב ַײסן ,זאָגט גאָט.
18איך װיל מיך דערמונטערן אין קומער,
איז מ ַײן האַרץ אין מיר קראַנק.
19זע ,אַ ָקול פֿון געשרײ פֿון דער טאָכטער מ ַײן פֿאָלק,
פֿון אַ לאַנד אַ װ ַײטן:
איז גאָט ניטאָ אין ִציוֹן?
איז איר קיניג ניטאָ אין איר?
פֿאַר װאָס האָבן זײ מיך דערצערנט מיט זײערע געצן,
מיט נישטיקײטן פֿון דער פֿרעמד?
20אַריבער דער שניט ,געענדיק דער זומער,
און מיר ז ַײנען ניט געהאָלפֿן געװאָרן.
21איבער דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מ ַײן פֿאָלק
בין איך צעבראָכן,
פֿינצטער בין איך,
אַ שרעק האָט מיך אָנגענומען.
22איז קײן באַלזאַם ניטאָ אין ָגל ָעד?
צי איז קײן רוֹפֿא ניטאָ דאָרט?
פֿאַר װאָס דען קומט ניט קײן הײלונג
צו דער טאָכטער מ ַײן פֿאָלק?
װער מאַכט מ ַײן קאָפּ װאַסער,
און מ ַײן אױג אַ קװאַל טרערן,
און מ ַײן אױג אַ קװאַל טרערן,
איך װאָלט באַװײנט טאָג און נאַכט
די דערשלאָגענע פֿון דער טאָכטער מ ַײן פֿאָלק!