Page 35 - Yirmiyohu
P. 35
ירמיה
9זילבערבלעך פֿון ַתּרשיש געבראַכט,
און גאָלד פֿון אױ ָפֿז,
די אַרבעט פֿון אַ מ ַײנסטער,
און אַ שמעלצערס הענט;
בלאָ און פּורפּל איז זײער מלבוש,
די אַרבעט פֿון קינצלער ז ַײנען זײ אַלע.
10אָבער יהוה איז דער אמתער גאָט,
ער איז דער לעבעדיקער גאָט ,און דער אײביקער קיניג;
פֿון ז ַײן כּעס ציטערט די ערד,
און פֿעלקער קענען ניט אױסהאַלטן ז ַײן צאָרן.
11אַזױ זאָלט איר זאָגן צו זײ:
די געטער װאָס האָבן די הימלען און די ערד ניט געמאַכט,
װעלן אונטערגײן פֿון דער ערד
און פֿון אונטער די דאָזיקע הימלען.
12ער האָט געמאַכט די ערד מיט ז ַײן כּוֹך,
באַפֿעסטיקט די װעלט מיט ז ַײן חכמה,
און מיט ז ַײן פֿאַרשטאַנדיקײט די הימלען פֿאַרשפּרײט.
13ב ַײם ָקול פֿון ז ַײן דונערן
װערט אַ פֿילקײט פֿון װאַסער אין הימל;
און ער ברענגט אױף װאָלקן
פֿון עק פֿון דער ערד;
ער מאַכט בליצן צום רעגן,
און ציט אַרױס פֿון ז ַײנע שפּ ַײכלערס דעם װינט.
14איטלעכער מענטש איז פֿאַרגרעבט ,אָן פֿאַרשטאַנד,
איטלעכער שמעלצער װערט צו שאַנד פֿון דעם געץ;
װאָרום פֿאַלש איז ז ַײן געגאָסענער אָפּגאָט,
און קײן אָטעם איז אין זײ ניטאָ.
15נישטיק ז ַײנען זײ ,אַ װערק פֿון פֿאַרפֿירעניש;
אין דער צ ַײט פֿון זײער רעכנשאַפֿט װעלן זײ אונטערגײן.
16ניט װי די דאָזיקע איז דער חלק פֿון יעקב;
װאָרום ער איז דער באַשעפֿער פֿון אַלץ,
און ישׂראל איז דער שבט פֿון ז ַײן אַרב;
יהוה פֿון צ ָבאות איז ז ַײן נאָמען.
17קל ַײב אױף פֿון דער ערד ד ַײן בינטל,
דו װאָס זיצסט אין באַלעגערונג.