Page 38 - Yirmiyohu
P. 38
ירמיה
און איך האָב געבראַכט אױף זײ
אַלע װערטער פֿון דעם דאָזיקן בונד,
װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן צו טאָן,
און זײ האָבן ניט געטאָן.
9און גאָט האָט צו מיר געזאָגט :אַ בונט געפֿינט זיך ב ַײ די מענער
פֿון יהודה ,און ב ַײ די באַװױנער פֿון ירו ָש ַל ִים 10 .זײ האָבן זיך
אומגעקערט צו די זינד פֿון זײערע אורעלטערן ,װאָס האָבן ניט
געװאָלט צוהערן מ ַײנע װערטער; און זײ ז ַײנען געגאַנגען נאָך
פֿרעמדע געטער זײ צו דינען; פֿאַרשטערט האָבן דאָס הױז פֿון
ישׂראל און דאָס הױז פֿון יהודה מ ַײן בונד װאָס איך האָב געשלאָסן
מיט זײערע עלטערן 11 .דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט:
זע ,איך ברענג אױף זײ אַן אומגליק
װאָס זײ װעלן פֿון אים ניט קענען אַרױסגײן,
און זײ װעלן שר ַײען צו מיר,
און איך װעל ניט צוהערן צו זײ.
12און די שטעט פֿון יהודה
און די באַװוֹּנער פֿון ירו ָש ַל ִים
װעלן גײן און װעלן שר ַײען
צו די געטער װאָס זײ ר ַײכערן צו זײ,
אָבער העלפֿן װעלן זײ זײ ניט העלפֿן,
אין דער צ ַײט פֿון זײער אומגליק.
13װאָרום אַזױ װי די צאָל פֿון ד ַײנע שטעט
ז ַײנען ד ַײנע געטער ,יהודה,
און אַזױ װי די צאָל פֿון די גאַסן פֿון ירו ָש ַל ִים
האָט איר געמאַכט מזבכות צו שאַנדגעצן,
מזבכות פֿאַר ר ַײכערן צו ב ַעל.
14און דו ,זאָלסט ניט מתפּלל ז ַײן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק,
און ניט אױפֿהײבן אַ געשרײ און אַ תּפֿילה פֿאַר זײ.
װאָרום איך הער ניט צו בעת זײ רופֿן צו מיר
פֿון װעגן זײער אומגליק.
15װאָס טוט מ ַײן ליבפֿר ַײנט אין מ ַײן הױז,
אַז זי באַגײט שענדלעכקײט מיט פֿיל?
און זאָל דורך הײליק פֿלײש דאָס אָפּגעטאָן װערן פֿון דיר?