Page 42 - Yirmiyohu
P. 42

‫ירמיה‬

                                                   ‫‪ 15‬און עס װעט ז ַײן‪,‬‬
                                         ‫נאָכדעם װי איך ר ַײס זײ אױס‬
                                     ‫װעל איך זײ װידער דערבאַרימען‪,‬‬
                         ‫און װעל זײ אומקערן איטלעכן צו ז ַײן נחלה‪,‬‬

                                            ‫און איטלעכן צו ז ַײן לאַנד‪.‬‬
                                                   ‫‪ 16‬און עס װעט ז ַײן‪,‬‬

                                         ‫אױב לערנען װעלן זײ לערנען‬
                                                ‫די װעגן פֿון מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬

                    ‫צו שװערן ב ַײ מ ַײן נאָמען‪” :‬אַזױ װי יהוה לעבט!“‬
                                ‫אַזױ װי זײ האָבן געלערנט מ ַײן פֿאָלק‪.‬‬
                                  ‫‪ 17‬אױב אָבער זײ װעלן ניט צוהערן‪,‬‬
                                       ‫װעל איך אױסר ַײסן יענע אומה‪,‬‬

                           ‫אױסר ַײסן און אונטערברענגען‪ ,‬זאָגט װאָט‪.‬‬

‫‪ 1‬אַזױ האָט גאָט צו מיר געזאָגט‪ :‬גײ און זאָלסט דיר קױפֿן אַ‬

‫פֿלאַקסענעם גאַרטל‪ ,‬און אים אָנטאָן אױף ד ַײנע לענדן‪ ,‬אוןיג‬

‫אין װאַסער זאָלסטו אים ניט לאָזן קומען‪ 2 .‬האָב איך געקױפֿט דעם‬
‫גאַרטל אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט‪ ,‬און אָנגעטאָן אױף מ ַײנע לענדן‪.‬‬
‫‪ 3‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר אַ צװײט מאָל‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ 4 :‬נעם דעם גאַרטל װאָס דו האָסט געקױפֿט‪ ,‬װאָס אױף ד ַײנע‬
‫לענדן‪ ,‬און שטײ אױף‪ ,‬גײ דיר קײן פּ ָרת‪ ,‬און באַהאַלט אים דאָרטן‬
‫אין אַ שפּאַלט פֿון פֿעלז‪ 5 .‬בין איך געגאַנגען און האָב אים באַהאַלטן‬
‫אין פּ ָרת אַזױ װי גאָט האָט מיר באַפֿױלן‪ 6 .‬און עס איז געװען צום‬
‫סוף פֿון פֿיל טעג‪ ,‬האָט גאָט צו מיר געזאָגט׃ שטײ אױף‪ ,‬גײ קײן‬
‫פּ ָרת‪ ,‬און נעם אַרױס פֿון דאָרטן דעם גאַרטל‪ ,‬װאָס איך האָב דיר‬
‫באַפֿױלן אים דאָרטן צו באַהאַלטן‪ 7 .‬בין איך געגאַנגען קײן פּ ָרת‪ ,‬און‬
‫האָב אױפֿגעגאָרבן‪ ,‬און אַרױסגענומען דעם גאַרטל פֿון דעם אָרט‬
‫װאָס איך האָב אים דאָרטן באַהאַלטן; ערשט דער גאַרטל איז געװען‬
‫פֿאַרדאָרבן‪ ,‬ער האָט ניט געטױגט צו קײן זאַץ‪ 8 .‬איז דאָס װאָרט פֿון‬

                                     ‫גאָט געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                                             ‫‪ 9‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                    ‫אַזױ װעל איך פֿאַרדאַרבן דעם שטאָלץ פֿון יהודה‪,‬‬
                    ‫אַזױ װעל איך פֿאַרדאַרבן דעם שטאָלץ פֿון יהדוה‪,‬‬
   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47