Page 47 - Yirmiyohu
P. 47
ירמיה
14האָט גאָט צו מיר געזאָגט:
ליגן זאָגן נבֿיאות דו נבֿיאים אין מ ַײן נאָמען;
ניט איך האָב זײ געשיקט,
און ניט איך האָב זײ באַפֿױלן,
און איט איך האָב צו זײ גערעדט;
זעאונג פֿון ליגן ,און װאָרזאָגעכץ און נישטיקײט,
און באַטרוג פֿון זײער האַרצן ,זאָגן זײ א ַײך נבֿיאות.
15דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט –
אױף די נבֿיאים װאָס זאָגן נבֿיאות אין מ ַײן נאָמען,
װען איך האָב זײ ניט געשיקט,
און זײ זאָגן :קײן שװערד און קײן הונגער
װעט ניט ז ַײן אין דעם דאָזיקן לאַנד –
פֿון שװערד און פֿון הונגער
װעלן פֿאַרלענדט װערן יענע נבֿיאים.
16און דאָס פֿאָלק װאָס זײ זאָגן נבֿיאות צו זײ,
װעלן ליגן אַװעקגעװאָרפֿן אין די גאַסן פֿון ירו ָש ַל ִים
פֿון װעגן דעם הונגער און דער שװערד,
און זײ װעלן קײן באַגרעבער ניט האָבן;
זײ ,זײערע װ ַײבער ,און זײערע זין ,און זײערע טעכטער;
און איך װעל אױסגיסן אױף זײ זײער שלעכטיקײט.
17און זאָלסט זאָגן צו זײ דאָס דאָזיקע װאָרט:
צעגײן זאָלן מ ַײנע אױגן אין טרערן
טאָג און נאַכט ,און ניט אױפֿהערן,
װאָרום אַ גרױס בראָך איז צעבראָכן געװאָרן
די יונגפֿױ טאָכטער מ ַײן פֿאָלק;
אַ שװערן שלאַק ביז גאָר.
18אַז איך גײ אַרױס אין װעלד,
ערשט ,דערשלאָגענע פֿון שװערד;
און אַז איך קום אַר ַײן אין שטאָט,
ערשט ,יסורים פֿון הונגער.
װאָרום אי דער נבֿיא אי דער כֹּהן
דרײען זיך איבערן לאַנד ,און װײסן גאָרנישט.
19האָסטו פֿאַראַכטן פֿאַראַכט יהודה?
צי האָט זיך פֿון ִציוֹן פֿאַרעקלט ד ַײן זעל?