Page 49 - Yirmiyohu
P. 49

‫ירמיה‬

                                     ‫צו עסן און אומצוברענגען‪.‬‬
                            ‫‪ 4‬און איך װעל זײ מאַכן צו שױדער‬

                               ‫ב ַײ אַלע קיניגר ַײכן פֿון דער ערד‪,‬‬
                        ‫פֿון װעגן מנשה דעם זון פֿון אי ִכז ִקָיהון‪,‬‬

                                        ‫אי דעם מלך פֿון יהודה‪,‬‬
                       ‫פֿאַר װאָס ער האָט געטאָן אין ירו ָש ַל ִים‪.‬‬

                ‫‪ 5‬װאָרום װער װעט דיך דערברימען‪ ,‬ירו ָש ַל ִים?‬
                                   ‫און װער װעט דיך באַדױערן?‬
                                      ‫און װער װעט זיך אָפּקערן‬
                                       ‫דיך צו פֿרעגן אױף פֿריד?‬

                    ‫‪ 6‬דו האָסט מיך אַװעקגעװאָרפֿן‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                                           ‫אַהינטער טוסטו גײן‪,‬‬

‫דרום שטרעק איך אױס מ ַײן האַנט אױף דיר און צעשטער דיך;‬
                      ‫איך בין מיד געװאָרן זיך צו דערבאַרימען‪.‬‬
                     ‫‪ 7‬און איך װינטשופֿל זײ מיט אַ װינטשופֿל‬
                                        ‫אין די טױערן פֿון לאַנד;‬

           ‫איך לאָז אָן קינדער‪ ,‬איך ברענג אונטער מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                    ‫װ ַײל זײ קערן זיך ניט אום פֿון זײערע װעגן‪.‬‬

  ‫‪ 8‬זײערע אַלמנות װערן דורך מיר מער װי זאַמד פֿון די ימען;‬
 ‫איך ברענג אױף זײ – אױף דער מוטער – אַן אױסדערװײלטן‪,‬‬

                                  ‫אַ פֿאַרװיסטער אין מיטן טאָג‪.‬‬
                                ‫איך װאַרף אָן אױף איר פּאָוצים‬

                                        ‫אַנגסט און שרעקענישן‪.‬‬
                    ‫‪ 9‬פֿאַרװעלקט װערט די געװינערין פֿון זיבן‪,‬‬

                                      ‫זי הױכט אױס איר נשמה;‬
                            ‫איר זון גײט אונטער װען נאָך טאָג‪,‬‬
                             ‫זי װערט צו שאַנד און פֿאַרשעמט‪.‬‬
                     ‫און זײער איבערבליב װעל איך איבערגעבן‬
                    ‫צום שװערד פֿאַר זײערע פֿ ַײנט‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬

                                      ‫‪ 10‬װײ מיר‪ ,‬מוטער מ ַײנע‪,‬‬
                                     ‫װאָס דו האָסט מיך געבאָרן‬

                                             ‫אַ מענטש פֿון קריג‪,‬‬
                  ‫און אַ מענטש פֿון שטרײט קעגן גאַנצן לאַנד;‬
   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54