Page 50 - Yirmiyohu
P. 50

‫ירמיה‬

              ‫ניט איך מאָן‪ ,‬און ניט מע מאָנט ב ַײ מיר‪,‬‬
                    ‫פֿון דעסטװעגן שילטן זײ מיך אַלע‪.‬‬

                                  ‫‪ 11‬האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
           ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬איך װעל דיך דערלײזן צום גוטן;‬
‫פֿאַר װאָר‪ ,‬איך װעל מאַכן דעם פֿ ַײנט זיך בעטן ב ַײ דיר‬
          ‫אין צ ַײט פֿון אומגליק און אין צ ַײט פֿון נױט‪.‬‬

                          ‫‪ 12‬קען מען א ַײזן צעברעכן –‬
                            ‫א ַײזן פֿון צפֿון‪ ,‬און קופּער?‬

                     ‫‪ 13‬ד ַײן פֿאַרמעג און ד ַײנע אוֹצרות‬
                    ‫װעל איך געבן צו רױב אָן געצאָלט;‬

                                ‫יאָ‪ ,‬פֿאַר אַלע ד ַײנע זינד‬
                         ‫אַזש אין אַלע ד ַײנע געמאַרקן‪.‬‬
     ‫‪ 14‬און איך װעל דיך אַריבערפֿירן ב ַײ ד ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬
                      ‫אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט ניט;‬
          ‫װאָרום אַ פֿ ַײער איז אָנגעצונדן אין מ ַײן נאָז‪,‬‬

                            ‫אױף א ַײך װעט עס ברענען‪.‬‬

                                ‫‪ 15‬דו‪ ,‬גאָט װײסט דאָך‪,‬‬
                 ‫געדענק מיך‪ ,‬און דערמאָן זיך אָן מיר‪,‬‬
                  ‫און זײ זיך נוֹקם אָן מ ַײנע נאָכיאָגער;‬
        ‫פֿון װעגן ד ַײן לאַנגגעמיט ניט נעם מיך אַװעק;‬
               ‫מערק מ ַײן ל ַײדן פֿון ד ַײנעטװעגן שאַנד‪.‬‬
         ‫‪ 16‬װי ד ַײנע װערטער ז ַײנען געפֿונען געװאָרן‪,‬‬

                      ‫אַזױ האָב איך זײ א ַײנגעשלונגען‪,‬‬
          ‫און ד ַײן װאָרט איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿרײד‪,‬‬

                     ‫און פֿאַר אַ שׂמכה פֿון מ ַײן האַרצן‪,‬‬
      ‫װ ַײל ד ַײן נאָמענם איז אױף מיר גערופֿן געװאָרן‪,‬‬

                             ‫יהוה דו גאָט פֿון צ ָבאומת‪.‬‬
     ‫‪ 17‬איך בין ניט געזעסן אין געזעמל פֿון פֿרײלעכע‬

                              ‫און זיך לוסטיק געמאַכט;‬
            ‫פֿון װעגן ד ַײן האַנט בין איך געזעסן אַלײן‪,‬‬
             ‫װאָרום מיט צאָרן האָסטו מיך אָנגעפֿילט‪.‬‬

                ‫‪ 18‬פֿאַר װאָס איז אײביק מ ַײן װ ַײטאָק‪,‬‬
     ‫און מ ַײן װ אונד איז מסוכּן‪ ,‬זי װיל זיך ניט הײלן?‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55