Page 53 - Yirmiyohu
P. 53
ירמיה
ניט צו הערן 13 .דרום װעל איך א ַײך פֿאַרװאַרפֿן פֿון דעם דאָזיקן
לאַנד אין אַ לאַנד װאָס ניט איר און ניט א ַײערע עלטערן האָבן
געקענט ,און איר װעט דאָרטן דינען פֿרעמדע געטער טאָג און נאַכט;
װאָרום איך װעל א ַײך ניט געבן קײן ל ַײטזעליקײט.
14פֿאַר װאָר ,זע טעג קומען ,זאָגט גאָט,
און עס װעט מער ניט געזאָגט װערן:
אַזױ װי עס לעבט גאָט װאָס האָט אױפֿגעבראַכט
די קינדער פֿון ישׂראל פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים!
15נ ַײערט :אַזױ װי סעס לעבט גאָט װאָס האָט אױפֿגעבראַכט
די קינדער פֿון ישׂראל פֿון צפֿון-לאַנד
און פֿון אַלע לענדער װאָס ער האָט זײ פֿאַרשטױסן אַהין!
און איך װעל זײ אומקערן אױף זײער ערד
װאָס איך האָב געגעבן זײערע עלטערן.
16זע ,איך שיק נאָך פֿישערס אַ סך ,זאָגט גאָט,
און זײ װעלן זײ אַרױספֿישן;
און דערנאָך װעל איך שיקן נאָך אַ סך יעגערס,
און זײ װעלן זײ צענױפֿיאָגן
פֿון יעטװעדער גאַרג ,און פֿון יעטװעדער הײך,
און פֿון די שפּאַלטן פֿון די װעלזן.
17װאָרום מ ַײנע אױגן ז ַײנען אױף אַלע זײערע װעגן,
ניט פֿאַרבאָרגן ז ַײנען זײ פֿון פֿאַר מיר,
און ניט פֿאַרהױלן איז זײער פֿאַרברעך פֿון אַקעגן מ ַײנע אױגן.
18און איך װעל צוערשט באַצאָלן טאָפּל
זײער פֿאַרברעך און זײער זינד,
פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרשװעכט מ ַײן לאַנד
מיט די נ ֵבלות פֿון זײערע מיאוסע אָפּגעטער,
און זײערע אומװערדיקײטן האָבן אָנגעפֿילט מ ַײן אַרב.
19גאָט ,מ ַײן פֿעסטיקײט און מ ַײן פֿעסטונג,
און מ ַײן אַנטרינונג אין טאָג פֿון נױט
צו דיר װעלן פֿעלקער קומען
פֿון די עקן ערד ,און װעלן זאָגן:
נאָר ליגן האָבן געַירשעט אונדזערע עלטערן,
נישטיקײטן װאָס אין זײ איז קײן נוץ ניטאָ.