Page 51 - Yirmiyohu
P. 51

‫ירמיה‬

                           ‫װילסטו מיר ז ַײן װי אַ ט ַײך אַ פֿאַלשעתּר‪,‬‬
                                           ‫װי װאַסערן אומגעטר ַײע?‬

                                    ‫‪ 19‬דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט‪:‬‬
             ‫אַז דו װעסט זיך אומקערן‪ ,‬און איך װעל דיך אומקערן‪,‬‬

                                             ‫װעסטו שטײן פֿאַר מיר;‬
                 ‫און אַז דו װעסט אַרױסציען ט ַײערס פֿון געמ ַײנעם‪,‬‬

                                       ‫װעסטו אַזױ װי מ ַײן מױל ז ַײן;‬
                                       ‫זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר‪,‬‬
                             ‫און דו װעסט זיך גניט אומקערן צו זײ‪.‬‬
               ‫‪ 20‬און איך װעל דיך מאַכן אַקעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק‬
                           ‫פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער מױער פֿון קופּער‪,‬‬
                              ‫און זײ װעלן מלחמה האַלטן קעגן דיר‪,‬‬

                                         ‫און װעלן דיך ניט ב ַײקומען;‬
                             ‫װאָרום איך בין מיט דיר‪ ,‬דיך צו העלפֿן‪,‬‬

                                    ‫און דיך מציל צו ז ַײן‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬
     ‫‪ 21‬און איך װעל דיך מציל ז ַײן פֿון דער האַנט פֿון די שלעכטע‪,‬‬

           ‫און װעל דיך אױסל ַײזן פֿון דעם פֿױסט פֿון די מאַכטיקע‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

         ‫‪ 2‬זאָלסט דיר ניט נעמען קײן װ ַײב‪,‬טז‬

     ‫און ניט האָבן קײן זין און קײן טעכטער אין דעם דאָזיקן אָרט‪.‬‬
                                    ‫‪ 3‬װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט‬
                                    ‫אױף די זין און אױף די טעכטער‬

                          ‫װאָס װערן געבאָרן אין דעם דאָזיקן אָרט‪,‬‬
                     ‫און אױף זײערע מוטערס אָס האָבן זײ געהאַט‪,‬‬
                   ‫און אױף זײערע פֿאָטערס װאָס האָבן זײ געבאָרן‬

                                              ‫אין דעם דאָזיקן לאַנד‪:‬‬
                              ‫‪ 4‬טױטן פֿון יסורים װעלן זײ שטאַרבן;‬
                    ‫ניט באַקלאָגט און ניט באַגראָבן װעלן זײ װערן‪,‬‬
                  ‫צו מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ ז ַײן;‬
         ‫און פֿון שװערד און פֿון הונגער װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן;‬
                        ‫און זײערע טױטע ל ַײבער װעלן ז ַײן צו שפּ ַײז‬
            ‫פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל‪,‬י און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד‪.‬‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56