Page 55 - Yirmiyohu
P. 55

‫ירמיה‬

                                  ‫און גאָט איז ז ַײן פֿאַרזיכערונג!‬
      ‫‪ 8‬װאָרום ער װעט ז ַײן װי אַ בױם געפֿלאַנצט ב ַײ װאַסער‪,‬‬

               ‫װאָס ב ַײ אַ באַך לאָזט ער אַרױס ז ַײנע װאָרצלען‪,‬‬
                       ‫און ער מערקט ניט װען עס קומט אַ היץ‪,‬‬
                                          ‫און ז ַײן בלאַט איז גרין‪,‬‬

                   ‫און אין אַ יאָר פֿון טריקעניש דאגהט ער ניט‪,‬‬
                              ‫און הערט ניט אױף טראָגן פֿרוכט‪.‬‬

                        ‫‪ 9‬פֿאַרדרײטער פֿון אַלץ איז דאָס האַרץ‪,‬‬
                      ‫און שװאַך איז עס – װער קען עס קאָנען?‬

                            ‫‪ 10‬איך‪ ,‬גאָט‪ ,‬טו פֿאָרשן דאָס האַרץ‪,‬‬
                                                ‫טו פֿרוּװן די נירן‪,‬‬

                          ‫כּדי צו געבן איטלעכן לױט ז ַײנע װעגן‪,‬‬
                              ‫לױט דער פֿרוכט פֿון ז ַײנע מעשׂים‪.‬‬

    ‫‪ 11‬אַ פֿעלדהון װאָס בװריט אױף װאָס זי האָט ניט געלײגט‪,‬‬
‫איז דער װאָס מאַכט אַן עשירות‪ ,‬אָבע רניט מיט גערעכטיקײט;‬

               ‫אין העלפֿט פֿון ז ַײנע טעג װעט ער עס פֿאַרלאָזן‪,‬‬
                      ‫און אין ז ַײן ָסוף װעט ער בל ַײבן אַ מנוּװל‪.‬‬

         ‫‪ 12‬דו טראָן פֿון פּראַכטיקײט‪ ,‬דערהױבן פֿון אָנהײב אָן‪,‬‬
                                 ‫דו אָרט פֿון אונדזער הײליקײט‪,‬‬

                               ‫‪ 13‬דו האָפֿענונג פֿון ישׂראל‪ ,‬גאָט‪,‬‬
                ‫אַלע װאָס פֿאַרלאָזן דיך‪ ,‬װעלן פֿאַרשעמט װערן;‬

                                     ‫און די אָפּגעקערטע פֿון מיר‬
                            ‫װעלן אין דער ערד װאַרשריבן װערן‪,‬‬

                                    ‫װ ַײל זײ האָבן פֿאַרלאָזן גאָט‪,‬‬
                             ‫דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער‪.‬‬

                      ‫‪ 14‬הײל מיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬איך זאָל געהײלט װערן‪,‬‬
                              ‫העלף מיך‪ ,‬איך זאָל גהאָלפֿן װערן‪,‬‬
                                      ‫װאָרום דו ביסט מ ַײן לױב‪.‬‬
                                          ‫‪ 15‬זע‪ ,‬זײ זאָגן צו מיר‪:‬‬
                                    ‫װוּ איז דאָס װאָרט פֿון גאָט?‬
                                             ‫זאָל עס נאָר קומען‪.‬‬
                               ‫‪ 16‬און איך‪ ,‬ניט איך בין אַנטלאָפֿן‬
   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60