Page 57 - Yirmiyohu
P. 57
ירמיה
יהודה ,און פֿון רונד אַרום ירו ָש ַל ִים ,און פֿון לאַנד בנימין ,און פֿון
דער נידערונג ,און פֿונעם געבערג ,און פֿונעם ָדרום ,ברענגענדיק
בראַנדאָפּפֿער ,און שלאַכטאָפּפֿער ,און שפּ ַײזאָפּפֿער ,און װ ַײרױך ,און
ברענגענדיק דאַנקאָפּפֿער ,אין הױז פֿון גאָט 27 .אױב אָבער איר װעט
ניט צוהערן צו מיר ,צו הלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת ,און ניט צו
טראָגן קײן משׂא און אַר ַײנקומען דערמיט אין די טױערן פֿון
ירו ָש ַל ִים אין טאָג פֿון שבת ,װעל איך אָנצינדן אַ פֿ ַײער אין אירע
טױערן ,און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון ירו ָשלק ִים ,און װעט
ניט פֿאַלאָשן װערן.
1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו ִירמָיהון פֿון גאָט ,אַזױ צו זאָגן:
2שטײ אױף ,און זאָלסט אַראָפּנידערן צום הױז פֿון דעםיח
טעפּער ,און דאָרטן װעל איך דיך מאַכן הערן מ ַײנע װערטער 3 .האָב
איך אַראָפּגענידערט צום הױז פֿון דעם טעפּער ,ערשט ער מאַכט
אַרבעט אױפֿן װערקשטײן 4 .און אַז די כּלי װאָס ער האָט געמאַכט
פֿון לײם איז פֿאַרדאָרבן געװאָרן אין דער האַנט פֿון דעם טעפּער,
האָט ער זי איבערגעמאַכט אין אַן אַנדער כּלי ,אַזױ װי עס איז
װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון דעם טעפּער צו מאַכן.
5איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן:
6קער איך דען ניט טאָן מיט א ַײך אַזױ װי דער דאָזיקער טעפּער ,איר
הױז פֿון ישׂראל? זאָגט גאָט.
זעט ,װי לײם אײן דער האַנט פֿון דעם טעפּער,
ז ַײט איר אין מ ַײן האַנט ,הױז פֿון ישׂראל.
7אײן רגע רעד איך אױף אַ פֿאָלק און אױף אַ קיניגר ַײך,
אױסצור ַײסן און א ַײנצוּװאַרפֿן און אונטערצוברענגען;
8אָבער אַז דאָס פֿאָלק װאָס איך האָב אױף אים גערעדט,
קערט זיך אום פֿון ז ַײן שלעכטיקײט,
האָב איך חרטה אױף דעם בײז
װאָס איך האָב געטראַכט אים צו טאָן.
9און אײן רגע רעד איך אױף אַ פֿאָלק און אױף אַ קיניגר ַײך,
צו בױען און צו פֿלאַנצן;
10אָבער אַז עס טוט װאָס איז שלעכט אין מ ַײנע אױגן,
ניט צוצוהערן מ ַײן ָקול,