Page 61 - Yirmiyohu
P. 61
ירמיה
אין דער באַלעגרונג און אין דער דריקונג,
װאָס זײערע פֿ ַײנט ,און די װאָס זוכן זײער לעבן,
װעלן זײ דריקן.
10און זאָלסט צעברעכן דעם קרוג פֿאַר די אױגן פֿון די מענטשן
װאָס גײען מיר דיר 11 ,און זאָלסט זאָגן צו זײ:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת:
אַזױ װעל איך צעברעכן דאָס דאָזיקע פֿאָלק
און די דאָזיקע שטאָט,
אַזױ װי מע צעברעכט אַ כּלי פֿון אַ טעפּער,
אַז זי קען ניט מער פֿאַרריכט װערן;
און מע װעט באַגראָבן אין תּוֹ ֶפֿת,
װ ַײל מער קײן אָרט װעט ניט ז ַײן אױף צו באַגראָבן.
12אַזױ װעל איך טאָן צו דעם דאָזיקן אָרט ,זאָגט גאָט,
און צו ז ַײנע באַװױנער,
כּדי צו מאַכן די דאָזיקע שטאָט אַזױ װי תּוֹ ֶפֿת.
13און די ה ַײזער פֿון ירו ָש ַל ִים,
און די ה ַײזער פֿון די מלכים פֿון יהודה ,די אומרײנע,
װעלן ז ַײן אַזױ װי דער אָרטפֿון תּוֹ ֶפֿת –
אַלע ה ַײזער װאָס מע האָט גערײכערט אױף זײערע דעכער
צום גאַנצן חיל פֿון הימל,
און געגאָסן גיסאָפּפֿער צו פֿרעמדע געטער.
14און ִירמָיהו איז געקומען פֿון תּוֹ ֶפֿת ,װאָס גאָט האָט אים אַהין
געשיקט נבֿיאות זאָגן ,און ער האָט זיך געשטעלט אין הױף פֿון גאָטס
הױז ,און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק:
15אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת,
דער גאָט פֿון ישׂראל:
זע ,איך ברענג אױף דעם דאָזיקן כּ ַרך,
און אױף אַלע ז ַײנע שטעט,
דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אױף אים,
װ ַײל זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן,
ניט צוצוהערן מ ַײנע װערטער.