Page 63 - Yirmiyohu
P. 63
ירמיה
8װאָרום װען נאָך איך רעד ,טו איך שר ַײען,
”אומרעכט און רױב!“ רוף איך אױס.
פֿאַר װאָר ,דאָס װאָרט פֿון גאָט איז מיר געװאָרן
צו שאַנד און אוצו לעסטערונג אַ גאַנצן טאָג.
9און איך האָב געװעסט געזאָגט :איך װעל אים ניט דער-מאָנען,
און װעל מער ניט רעדן אין ז ַײן נאָמען;
אָבער עס איז אין מ ַײן האַרצן װי אַ ברענעדיק פֿ ַײער,
א ַײנגעשלאָסן אין מ ַײנע ב ַײנער,
און איך מאַטער זיך עס א ַײנצוהאַלטן,
אָבער איך קען ניט.
10יאָ ,איך האָב געהערט די בײזע רײד פֿון פֿיל,
אַ שרעק רונד אַרום:
” ַמסרט ,און לאָמיר אים פֿאַר ַמסרן!“
אַלע מ ַײנע גוטע פֿר ַײנט
לױערן אױף מ ַײן בראָך:
אפֿשר װעט ער פֿאַרנאַרט װערן,
אונמיר װעלן אים ב ַײקומען,
און נעמען אונדזער נקמה פֿון אים.
11אָבער גאָט איז מיט מיר
װי אַ גיבור אַ מאַכטיקער,
דרום װעלן מ ַײנע נאָכיאָגער געשטרױכלט װערן,
און װעלן ניט אױספֿירן;
זײ װערן פֿאַרשעמט זײער ,װ ַײל זײ האָבן ניט באַגליקט,
אַן אײביקע שאַנד װאָס װעט ניט פֿאַרגעסן װערן.
12און דו גאָט פֿון צ ָבאוֹת ,װאָס פּרוּװסט דעם גערעכטן,
אָ װאָס זעסט די נירן און דאָס האַרץ,
לאָמיך זען ד ַײן נקמה פֿון זײ,
װאָרום צו דיר האָב איך אַנטפּלעקט מ ַײן קריג.
13זינגט צו גאָט,
טוט לױבן גאָט,
װאָרום ער האָט מציל געװען די זעל פֿון דעם אָרימען
פֿון דער האַנט פֿון די שלעכטסטוער.
14פֿאַרשאָלטן דער טאָג
װאָס איך בין אין אים געבאָרן געװאָרן!