Page 64 - Yirmiyohu
P. 64
ירמיה
דער טאָג װאָס מ ַײן מוטער האָט מיך געבאָרן
זאָל ז ַײן ניט געבענטשט!
15פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס האָט מ ַײן פֿאָטער
די בשׂורה געבראַכט ,אַזױ צו זאָגן:
אַ י ִינגל איז דיר געבאָרן געװאָרן;
פֿרײען דערפֿרײט האָט ער אים!
16יענער מענטש זאָל ז ַײן װי די שטעט
װאָס גאָט האָט איבערגעקערט און ניט דערבאַרימט;
און ער זאָל הערן אַ איללה אין דער פֿרי,
און אַ געשרײ אין מיטן טאָג;
17פֿאַר װאָס ער האָט מיך ניט געטײט פֿון טראַכט,
אַז מ ַײן מוטער זאָל מ ַײן קבר ז ַײן,
און איר טראַכט אײביק טראָגעדיק.
18נאָך װאָס גאָר בין איך פֿון טראַכט אַרױס
צו זען מאַטערניש און קומער,
און אױסגײן אין שאַנד זאָלן מ ַײנע טעג?
1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו ִירמָיהון פֿון גאָט ,װען
דער מלך ִצד ִקָיהו האָט צו אים געשיקט ַפּשחור דעם זון פֿוןכא
ַמל ִכָּיהן ,און צ ַפֿנָיה דעם זון פֿון ַמ ֲע ֵשָׂיהן ,דעם כֹּהן ,אַזױ צו זאָגן:
2פֿרעג ,איך בעט דיך ,פֿאַר אונדז ב ַײ גאָט ,װאָרום נבו ַכד ֶרא ַצר דער
מלך פֿון בבֿל האַלט מלחמה אױף אונדז; אפֿשר װעט גאָט טאָן מיט
אונדז אַזױ װי אַלע ז ַײנע װוּנדער ,און ער װעט אָפּציען פֿון אונדז.
3האָט ִירמָיהו צו זײ געזאָגט :אַזױ זאָלט איר זאָגן צו ִצד ִקָיהון:
4אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל:
זע ,איך דר ַײ אום די כּ ֵלי-מלחמה װאָס אין א ַײער האַנט,
װאָס איר האַלט דערמיט מלחמה דרױסן פֿון דער מױער
אַקעגן דעם מלך פֿון בבֿל,
און אַקעגן די ַכּשׂדים ,װאָס לעגערן אױף א ַײך,
און איך װעל זײ א ַײנזאַמלען אין דער דאָזיקער שטאָט.
5און איך גופֿא װעל מלחמה האַלטן מיט א ַײך,
מיט אַן אױסגעשטרעקטער האַנט און מיט אַ שטאַרקן אָרעם,
און מאָיט כּעס ,און מיט גרים ,און מיט גרױס צאָרן.