Page 68 - Yirmiyohu
P. 68
ירמיה
אָבער ער האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט,
דרום איז אים גוט געװען.
16ער האָט געמשפּט דעם משפּט פֿון אָרימאַן און אביאָן,
דרום איז געװען גוט.
פֿאַר װאָר ,דאָס איז דערקענען מיך,
זאָגט גאָט.
17אָבער ד ַײנע אױגן און ד ַײן האַרץ ז ַײנען ניט מער
װי נאָר אױף ד ַײן געװין,
און אױף אומשולדיק בלוט צו פֿאַרגיסן,
און אױף רױב און אױף דריקונג צו באַגײן.
18דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט אױף יהוָֹיקים דעם זון פֿון יֹא ִשָיהון
דעם מלך פֿון יהודה:
מע װעט ניט קלאָגן אױף אים:
”װײ מ ַײן ברודער!« און” :װײ שװעסטער!“
מע װעט ניט קלאָגן אױף אים:
”װײ האַר!“ און” :װײ ז ַײן גלאַנץ!“
19די באַגפֿעבעניש פֿון אַן אײזל װעט ער באַגראָבן װערן,
געשלעפּט און אַװעקגעװאָרפֿן,
אַװעק פֿון די טױערן פֿון ירו ָשלק ִים.
20גײ אַרױף צום ל ָבנוֹן און שר ַײ,
און אין ָג ָשן לאָז אַרױס ד ַײן ָקול,
און שר ַײ פֿון עק ָברים,
װאָרום צעבראָכן ז ַײנען אַלע ד ַײנע ליבהאָבער.
21איך האָב גערעדט צו דיר אין ד ַײן ַשלװה,
האָסטו געזאָגט :איך װעל ניט הערן;
דאָס איז ד ַײן װעג פֿון ד ַײן יוגנט אָן,
אַז דו הערסט ניט צו מ ַײן ָקול.
22אַלע ד ַײנע פֿיטערער װעט פֿיטערן דער װינט,
און ד ַײנע ליבהאָבער װעלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן;
ערשט דענצמאָל װעסטו זיך שעמען און צו שאַנד װערן
פֿון װעגן אַל ד ַײן שלעכטיקײט.
23דו באַװױנערין פֿון ל ָבנוֹן,
דו א ַײנגענעסטע אין צעדערן,
װי באַכנט װעסטו ז ַײן ,װען אױף דיר קומען װײען,
אַ װ ַײטאָק װי פֿון אַ געװינערין!