Page 66 - Yirmiyohu
        P. 66
     ירמיה
               און ז ַײט מציל דעם באַגזלטן פֿון דעם דריקערס האַנט,
                    כּדי מ ַײן גרימצאָרן זאָל ניט אַרױסגײן װי אַ פֿ ַײער,
                              און ברענען אַז קײן לעשער זאָל ניט זין,
                                       פֿון װעגן א ַײערע בײזע מעשׂים.
                          13זע ,איך קום צו דיר ,באַװױנערין פֿון טאָל,
                                         דו פֿעלז פֿון פּלױן ,זאָגט גאָט;
                       איר װאָס זאָגט :װער װעט נידערן אױף אונדז?
                       און װער װעט קומען אין אונדזערע װױנונגען?
                              14און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט א ַײך
                     לױט דער פֿרוכט פֿון א ַײערע מעשׂים ,זאָגט גאָט;
                        און איך װעל אָנצינדן אַ פֿ ַײער אין איר װאַלד,
                          און עס װעט פֿאַרצערן אַלץ װאס אַרום איר.
 1אַזױ האָט גאָט געזאָגט :נידער אַראָפּ צום הױז פֿון דעם
מלך פֿון יהודה ,און זאָלסט רעדן דאָרטן דאָס דאָזיקע װאָרט,כב
 2און זאָגן :הער דאָס װאָרט פֿון גאָט ,דו מלך פֿון יהודה װאָס זיצסט
                                                                   אױפֿן
טראָן פֿון דוד ,דו ,און ד ַײנע קנעכט ,און ד ַײן פֿאָלק ,װאָס קומען אין
די דאָזיקע טױערן 3 .אַזױ האָט גאָט געזאָגט :טוט רעכט און
גערעכטיקײט ,און ז ַײט מציל דעם באַגזלטן פֿון דעם דריקערס
האַנט; און אַ פֿרעמדן ,אַ יתום ,און אַן אַלמנה ,זאָלט איר ניט
קריװדען ,ניט באַרױבן ,און אומשולדיק בלוט זאָלט איר ניט
פֿאַרגיסן אין דעם דאָזיקן אָרט 4 .װאָרום אױב טאָן װעט איר טאָן די
דאָזיקע זאַך ,װעלן קומען אין די טױערן פֿון דעם דאָזיקן הױז מלכים
װאָס זיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד ,װאָס ר ַײטן אױף ר ַײטװעגן און אױף
פֿערד ,ער ,און ז ַײנע קנעכט ,און ז ַײן פֿאָלק 5 .אױב אָבער איר עט
ניט צוהערן די דאָזיקע װערטער ,שװער איך ב ַײ מיר ,זאָגט גאָט ,אַז
צו װיסט װעט װערן דאָס דאָזיקע הױז 6 .װאָרום אַזױ האָט גאָט
                       געזאָגט אױף דעמהױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה:
                                               ָגל ָעד ביסטו מיר געװען,
                                                  דער שפּיץ פֿון ל ָבנון;
                            אױב איך װעל דיך ניט מאַכן פֿאַר אַ מדבר,





