Page 69 - Yirmiyohu
P. 69
ירמיה
24אַזױ װי איך לעב ,זאָגט גאָט,
װען ָכּנָיהו דער זון פֿון יהוָֹיקימען ,דער מלך פֿון יהודה,
זאָל ז ַײן דער זיגלרינג אױף מ ַײן רעכטער האַנט,
װעל איך דיך פֿון דאָרטן אַראָפּר ַײסן!
25און איך װעל דיך געבן
אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן ד ַײן לעבן,
און אין דער האַנט פֿון די װאָס דו שרעקסט זיך פֿאַר זײ,
און אין דער האַנט פֿון נבו ַכד ֶרא ַצר דעם מלך פֿון בבֿל,אָ און אין ער
האַנט פֿון די ַכּשׂדים.
26און איך װעל פֿאַרװאַרפֿן דיך,
און ד ַײן מוטער װאָס האָט דיך געבאָרן,
אין אַן אַנדער לאַנד,
װאָס איר ז ַײט דאָרטן ניט געבאָרן געװאָרן;
און דאָרטן װעט איר שטאַרבן.
27און אין דעם לאַנד װאָס זײער האַרץ ציט זײ
זיך אומצוקערן אַהין,
אַהין װעלן זײ זיך ניט אומקערן.
28איז אַ פֿאַראַכט געפֿעס אַ צעבראָכנס
דער דאָזיקער מאַן ָכּנָיהו?
איז ער אַ כּלי אַ נישטװערטיקע?
פֿאַר װאָס ז ַײנען זײ פֿאַר װאָרפֿן געװאָרן ,ער און ז ַײן זאָמען,
און פֿאַרשל ַײדערט אין דעם לאַנד װאָס זײ קענען ניט?
29לאַנד ,לאַנד ,לאַנד,
הער דאָס װאָרט פֿון גאָט!
30אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
פֿאַרשיריבט דעם דאָזיקן מענטשן אָן קינדער,
אַ מאַן װאָס באַגליקט ניט אין ז ַײנע טעג,
װאָרום קינער פֿון ז ַײן זאָמען װעט ניט באַגליקן,
צו זיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד,
און װ ַײטער געװעלטיקן אױף יהודה.