Page 70 - Yirmiyohu
P. 70
ירמיה
1װי ,די פּאַסטוכער װאָס ברענגען אום און צעשפּר ַײטן
די שאָף פֿון מ ַײן פֿיטערונג ,זאָגט גאָט.כג
2דרום האָט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל אַזױ געזאָגט
אױף די פּאַסטוכער װאָס פֿיטערן מ ַײן פֿאָלק :איר האָט צעשפּרײט
מ ַײנע שאָף ,און זײ פֿאַרשטױסן,
און האָט ניט אַכטונג געגעבן אױף זײ;
זעט ,איך רעכן זיך מיט א ַײך
פֿאַר א ַײערע בײזע מעשׂים ,זאָגט גאָט.
3און איך װעל א ַײנזאַמלען דעם איבערבל ַײב פֿון מ ַײנע שאָף
פֿון אַלע לענדער װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין,
און איך װעל זײ אומקערן צו זײער פֿיטערפּלאַץ,
און זײ װעלן זיך פֿרוכפּערן און מערן.
4און איך װעל אױפֿשטעלן איבער זײ פּאַסטוכער,
און זײ װעלן זײ פֿיטערן;
און זײ װעלן מער ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן,
און זײ װעלן ניט געמינערט װערן ,זאָגט גאָט.
5זע ,טעג קומען ,זאָגט גאָט,
און איך װעל אױפֿשטעלן פֿון דודן אַ גערעכטן שפּראָץ,
און קיניגן װעט אַ קיניג װאָס װעט באַגליקן,
און טאָן רעכט און גערעכטיקײט אין לאַנד.
6אין ז ַײנע טעג װעט געהאָלפֿן װערן יהודה,
און ישׂראל װעט רוען אין זיכערקײט;
און דאָס איז ז ַײן נאָמען װאָס מע װעט אים רופֿן:
”גאָט איז אונדזער גערעכטיקײט!“
7פֿאַר װאָר ,זע ,טעג קומען ,זאָגט גאָט,
און מע װעט מער ניט זאָגן:
אַזױ װי עס לעבט גאָט װאָס האָט אױפֿגעבראַכט
די קינדער פֿון ישׂראל פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים!
8נ ַײערט :אַזױ װי עס לעבט גאָט װאָס האָט אױפֿגעבראַכט
און װאָס האָט אַהערגעפֿירט
דעם זאָמען פֿון דעם הױ פֿון ישׂראל,
פֿון צפֿון-מלאַנד און פֿון אַלע לענדער
װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין!
און זײ װעלן זיצן אױף זײער ערד.
9װערן די נבֿיאים.