Page 59 - Yirmiyohu
P. 59
ירמיה
18יאָ ,זײ האָבן געזאָגט:
קומט לאָמיר אױסטראַכטן תּכבולות קעגן ִימָיהון;
װאָרום די תּוֹרה װעט ניט אונטערגײן פֿון דעם כֹּהן,
און די עטש פֿון דעם חכם ,און דאָס װאָרט פֿון דעם נבֿיא.
קומט און לאָמיר אים שלאָגן מיט דער צונג,
און ניט פֿאַרנעמען אַלע ז ַײנע רײד.
19פֿאַרנעם צו מיר ,גאָט,
און הנער צו דעם ָקול פֿון מ ַײנע קריגער.
20זאָל פֿאַר אַ טוֹבה אַ רעה באַצאָלט װערן?
װאָרום זײ האָבן געגראָבן אַ גרוב פֿאַר מ ַײן לעבן.
געדענק מ ַײן שטײן פֿאַר דיר,
צו רעדן גוטס אױף זײ,
אָפּצוקערן ד ַײן גרימצאָרן פֿון זײ.
21דרום גיב זײערע קינדער צום הונגער,
און של ַײדער זײ אין דער מאַכט פֿון שװערד;
און זאָלן זײערע װ ַײבער בל ַײבן אָן קינדער ,און אַלמנות,
און זײערע מענער זאָלן ז ַײן הרוגים פֿון פּעסט,
זײערע בכורים ,דערשלאָגן פֿון שװערד אין מלחמה.
22זאָל זיך הערן אַ געשרײ פֿון זײערע ה ַײזער,
װען דו װעסט ברענגען אױף זײ פּלוצים אַ מחנה;
װאָרום זײ האָבן געגראָבן אַ גרוב מיך צו פֿאַנגען,
און נעצן באַהאַלטן פֿאַר מ ַײנע פֿיס.
23און דו ,גאָט ,װײסט
זײער גאַנצן באַראָט מיך צו טײטן;
ניט פֿאַרגעבן זאָלסטו זײער פֿאַרברעך,
און ניט פֿאַרמעקן זאָלסטו זײער זינד פֿון פֿאַר דיר,
און זאָלן זײ געשטרױכלט װערן פֿאַר דיר;
אין צ ַײט פֿון ד ַײן צאָרן רעכן זיך מיט זײ.
1אַזױ האָט גאָט געזאָגט :גײ און זאָלסט דיר קױפֿן אַ
טעפּערקרוג און נעם מיט פֿון די עלטסטע פֿון פֿאָלק ,און פֿוןיט
די עלטסטע פֿון די כֹּהנים 2 ,און זאָלסט אַרױסגײן צום טאָל פֿון בן-
ִהנוֹ ,װאָס ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון טױער חרסית ,און אױסרופֿן דאָרטן די
װערטער װאָס איך װעל רעדן צו דיר 3 ,און זאָלסט זאָגן: