Page 60 - Yirmiyohu
P. 60

‫ירמיה‬

           ‫הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט‪ ,‬איר מלכים פֿון יהודה‪,‬‬
                                   ‫און באַװױנער פֿון ירו ָשל ִים‪:‬‬

                           ‫אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת‪,‬‬
                                          ‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪:‬‬

           ‫זע‪ ,‬איך ברענג אַן אומגליק אױף דעם דאָזיקן אָרט‪,‬‬
‫אַז איטלעכער װאָס הערט עס‪ ,‬װעלן אים די אױערן קלינגען;‬

                           ‫‪ 4‬פֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן‪,‬‬
                    ‫און האָבן פֿאַרפֿרעמדט דעם דאָזיקן אָרט‪,‬‬
                  ‫און גערײדערט אין אים צו פֿרעמדע געטער‪,‬‬

                         ‫װאָס ניט זײ‪ ,‬און ניט זײערע עלטערן‪,‬‬
              ‫און ניט די מלכים פֿון יהודה‪ ,‬האָבן זײ געקענט;‬

                     ‫און זײ האָבן אָנגעפֿילט דעם דאָזיקן אָרט‬
                                   ‫מיט בלוט פֿון אומשולדיקע‪.‬‬

                      ‫‪ 5‬און זײ האָבן געבױט די במות צו ב ַעל‪,‬‬
                     ‫צו פֿאַרברענען זײערע קינדער אין פֿ ַײער‪,‬‬

                                         ‫בראַנדאָפּפֿער צו ב ַעל‪,‬‬
       ‫װאָס ניט איך האָב באַפֿױלן‪ ,‬און ניט איך האָב געזאָגט‪,‬‬

              ‫און ניט עס איז מיר אױפֿן זינען אַרױפֿגעקומען‪.‬‬
                            ‫‪ 6‬דרום זע‪ ,‬טעג קומען‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

‫און דער דאָזיקער אָרט װעט ניט מער גערופֿן װערן ”תּו ֶפֿת“‪,‬‬
                                 ‫און ”דער טאָל פֿון בן‪ִ -‬הנוֹם“‪,‬‬

                              ‫נ ַײערט ”דער טאָל פֿון טײטונג“‪.‬‬
                                 ‫‪ 7‬און איך װעל מאַכן צו נישט‬

  ‫דעם באַראָט פֿון יהודה און ירו ָש ַל ִים אין דעם דאָזיקן אָרט‪,‬‬
    ‫און װעל זײ מאַכן פֿאַלן דורכן שװערד פֿאַר זײערע פֿ ַײנט‪,‬‬
             ‫און דורך דער האַנט פֿון די װאָס זוכן ז ַײער לעבן;‬
                      ‫און איך װעל געבן זײערע טױטע ל ַײבער‬
                                ‫צו שפּ ַײז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל‪,‬‬
                                ‫און פֿאַר דער ֵכה פֿון דער ערד‪.‬‬
                       ‫‪ 8‬און איך װעל מאַכן די דאָזיקע שטאָט‬
                        ‫פֿאַר אַ שרעק און פֿאַר אַ שמוצערונג;‬
       ‫איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרב ַײ װעט זיך דערשרעקן‪,‬‬
                     ‫אונװ עט שֹוצערן אױף אַלע אירע פּלאָגן‪.‬‬
      ‫‪ 9‬און איך װעל זײ מאַכן עסן דאָס פֿלײש פֿון זײערע זין‪,‬‬
                          ‫און דאָס פֿלײש פֿון זײערע טעכטער‪,‬‬
                ‫און אײנר דעם אַנדערנס פֿלײש װעלן זײ עסן‪,‬‬
   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65