Page 56 - Yirmiyohu
P. 56
ירמיה
פֿון ז ַײן אַ פּאַסטוך הינטער דיר,
און ניט איך האָב באַגערט דעם אומגליקלעכן טאָג;
דו ב ַײסט עס;
װאָס איז אַרױס פֿון מ ַײנע ליפּן,
איז פֿאַר ד ַײן פּנים געװען.
17זאָל עס מיר ניט ז ַײן צום בראָך;
דו ביסט דאָך מ ַײן באַשיצונג אין טאָג פֿון אומגליק.
18זאָלן מ ַײנע נאָכיאָגער פֿאַרשעמט װערן,
און איך זאָל ניט פֿאַרשעמט װערן;
זאָלן זײ דערשראָקן װערן,
און איך זאָל ניט דערשראָקן װערן.
ברענג אױף זײ דעם טאָג פֿון אומגליק,
און אַ צװײאיקן בראָך צעברעך זײ.
19אַזױ האָט צו מיר גאָט געזאָגט :גײ און זאָלסט זיך שטעלן אין
טױער פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק ,װאָס דורך אים קומען אַר ַײן די
מלכים פֿון יהודה ,און װאָס דורך אים גײען זײ אַרױס ,און אין אַלע
טױערן פֿון ירו ָש ַל ִים; 20און זאָלסט זאָגן צו זײ :הערט דאָס װאָרט
פֿון גאָט ,איר מלכים פֿון יהודה ,און גאַנץ יהודה ,און אַלע באַװױנער
פֿון ירו ָש ַל ִים ,װאָס קומען אין די דאָזיקע טױערן; 21אַזױ האָט גאָט
געזאָגט :היט א ַײך אום א ַײער זעל ,און איר זאָלט ניט טראָגן קײן
משׂא אין טאָג פֿון שבת און אַר ַײנברענגען אין די טױערן פֿון
ירו ָש ַל ִים 22 .און איר זאָלט ניט אַרױסטראָגן קײן משׂא פֿון אַ ַײערע
ה ַײזער אין טאָג פֿון שבת ,און קײן שום אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן,
און איר זאָלט האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת ,אַזױ װי איך האָב
באַפֿױלן א ַײערע עלטערן 23 .אָבער זײ האָבן ניט געהערט און ניט
צוגענ ַײגט זײער אױער ,און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן ניט
צוצוהערן ,און ניט צו נעמען קײן מוסר 24 .דרום װעט ז ַײן :אױב
צוהערן װעט איר צוהערן צו מיר ,זאָגט גאָט ,ניט אַר ַײנצוברענגען
קין משׂא אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער שטאָט אין טאָג פֿון שבת,
נ ַײערט צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת ,ניט צו טאָן אין אים
קײן ִשם אַרבעט 25 ,װעלן קומען אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער
שטאָט מלכים און האַרן װאָס זיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד ,װאָס ר ַײטן
אױף ר ַײטװעגן און אױף פֿערד ,זײ ,און זײערע האַרן ,די מענער פֿון
יהודה ,און די באַװױנער פֿון ירו ָש ַל ִים; און די דאָזיקע שטאָט װעט
ז ַײן באַזעצט אױף אײביק 26 .און מע װעט קומען פֿון די שטעט פֿון