Page 46 - Yirmiyohu
P. 46
ירמיה
6און די װילדע אײזלען שטײען אױף די הױכע ערטער,
זײ שלינגען דעם װינט װי שאַקאַלן;
זײערע אױגן גײען אױס,
װ ַײל קײן קר ַײטעכץ איז ניטאָ.
7אױב אונדזערע זינד זאָגן עדות קעגן אונדז,
גאָט ,טו פֿון ד ַײן נאָמען װעגן;
װאָרום פֿיל ז ַײנען אונדזערע אָפּקערונגען,
מיר האָבן געזינדיקט צו דיר.
8דו האָפֿענונג פֿון ישׂראל,
ז ַײן העלפֿער אין צ ַײט פֿון נױט,
פֿאַר װאָס זאָלסטו ז ַײן װי אַ פֿרעמדער אין לאַנד,
און װי אַ װאַנדערער װאָס פֿאַרקערט צו נעכטיקן?
9פֿאַר װאָס זאָלסטו ז ַײן װי אַ צעטומלטער מענטש,
װי אַ גיבור װאָס קען ניט העלפֿן?
דו ביסט דאָך צװישן אונדז ,גאָט,
און ד ַײן נאָמען װערט גערופֿן אױף אונדז;
ניט טו אונדז פֿאַרלאָזן.
10אַזױ האָט גאָט געזאָגט צו דעם דאָזיקן פֿאָלק:
אַזױ האָבן זײ ליב אומצוּװאַנדערן,
זײ האַלטן ניט אָפּ זײערע פֿיס;
אַצונד װעט ער געדענקען זײער פֿאַרברעך,
און דערמאָנען זײערע זינד.
11און גאָט נאָט צו מיר געזאָגט:
זאָלסט ניט מתפּלל ז ַײן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק צום גוטן.
12אַז זײ פֿאַסטן ,הער איך ניט צו זײער געשרײ,
און אַז זײ בפֿענגען אױף בראַנדאָפּפֿער און שפּ ַײזאָפּפֿער,
באַװיליק איך זײ ניט-
נ ַײערט מיט שװערד אונמיט הונגער און מיט פּעסט
טו איך זײ פֿאַרלענדן.
13האָב איך געזאָגט :װײ ,גאָט דו האַר ,זע ,די נבֿיאים זאָגן צו זײ:
איר װעט ניט אָנזען קײן שװערד ,און קײן הונגער װעט ב ַײ א ַײך
ניט ז ַײן ,װאָרום אַ זיכערן שלום װעל איך א ַײך געבן אין דעם דאָזיקן
אָרט.