Page 41 - Yirmiyohu
P. 41

‫ירמיה‬

                                        ‫‪ 7‬איך האָב פֿאַרלאָזן מ ַײן הױז‪,‬‬
                                   ‫איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן מ ַײן אַרב;‬
                     ‫איך האָב איבערגעגעבן די פֿעליבטע פֿון מ ַײן זעל‬

                                        ‫אין דער האַנט פֿון אירע פֿ ַײנט‪.‬‬
                    ‫‪ 8‬מ ַײן אַרב איז מיר געװאָרן װי אַ לײב אין װאַלד‪,‬‬

                               ‫זי האָט אױפֿגעהױבן איר ָקול אױף מיר‪,‬‬
                                     ‫דרום האָב איך זי פֿ ַײנט געקראָגן‪.‬‬

                         ‫‪ 9‬איז אַ קלױאיקער רױבפֿױגל מ ַײן אַרב מיר?‬
                                 ‫די רױבפֿױגלען ז ַײנען רונד אַרום איר;‬
                                    ‫גײט זאַמלט אַלע קחיות פֿון פֿעלד‪,‬‬
                                             ‫ברענגט זײ אַהער צו עסן‪.‬‬

                 ‫‪ 10‬פֿיל פּאַסטוכער האָבן פֿאַרדאָרבן מ ַײן װ ַײנגאָרטן‪,‬‬
                                                  ‫צעטרעטן מ ַײן פֿעלד;‬

                                ‫זײ האָבן געמאַכט מ ַײן פֿלוסטיק פֿעלד‬
                                                ‫פֿאַר אַ מדבר אַ פֿיסטן‪.‬‬

                          ‫‪ 11‬מע האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ װיסטעניש‪,‬‬
                                    ‫עס טרױערט צו מיר װיסטערהײט;‬
                                      ‫פֿאַרװיסט איז דאָס גאַנצע לאַנד‪,‬‬

                           ‫װאָרום קײן מענטש נעמט ניט צום האַרצן‪.‬‬
                                 ‫‪ 12‬אױף אַלע הױכע ערטער אין מדבר‬
                                          ‫ז ַײנען פֿאַרװיסטער געקומען‪,‬‬

         ‫װאָרום גאָטס שװערד פֿאַרצערט פֿון עק לאַנד ביז עק לאַנד‪,‬‬
                                         ‫ניטאָ קײן פֿריד פֿאַר קײן ל ַײב‪.‬‬

                       ‫‪ 13‬זײ האָבן געזײט װײץ‪ ,‬און דערנער געשניטן‪,‬‬
                               ‫זיך געפּלאָגט – קײן נוץ ניט געבראַכט;‬
                               ‫דרום שעמט א ַײך מיט א ַײערע תּבואות‪,‬‬
                                     ‫פֿון װעגן דעם גרימצאָרן פֿון גאָט‪.‬‬

‫‪ 14‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט – אױף אַלע מ ַײנע בײזע שכנים‪ ,‬װאָס‬
    ‫רירן אָן די אַרב װאָס איך האָב געמאַכט אַרבן מ ַײן פֿאָלק ישׂראל‪:‬‬

                                  ‫זע‪ ,‬איך ר ַײס זײ אױס פֿון זײער ערד‪,‬‬
          ‫און דאָס הױז פֿון יהודה װעל איך אױסר ַײסן פֿון צװישן זײ‪.‬‬
   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46