Page 39 - Yirmiyohu
P. 39
ירמיה
אַז ב ַײ ד ַײן שלעכטיקײט ,דענצמאָל פֿרײסטו זיך.
16אַ צװ ַײגהאַפֿטיקער אײלבערטבױם,
שײן מיט פֿרוכט פֿ ַײנע,
האָט גאָט גערופֿן ד ַײן נאָמען;
אָבער מיט גרױס ליאַרעמגעפּילדער
האָט ער אָנגעצונדן אַ פֿ ַײער דערױף,
און ז ַײנע צװ ַײגן װעלן צעשטער װערן.
17װאָרום גאָט פֿון צ ָבאוֹת ,װאָס האָט דיך געפֿלאַנצט,
האָט אָנגעזאָגט שלעכטס אױף דיר,
פֿונװ עגן דער שלעכטיקײט פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל
און דעם הױז פֿון יהודה,
װאָס זײ האָבן ב ַײ זיך געטאָן,
מיך צו דערצערענען מיט ר ַײכערן צו ב ַעל.
18און גאָט האָט מיך געלאָזט װיסן ,און איך װײס;
דענצמאָל האָסטו מיר באַװיזן זײערע מעשׂים.
19און איך בין געװען װי אַ שאָף אַ מילדע,
װאָס װערט צו דער ש ֵכטה געפֿירט;
און איך האָב ניט געװוּסט
אַז זײ טראַכטן אױף מיר טראַכטונגען:
”לאָמיר אומברענגען דעם בױם מיט ז ַײן פֿרוכט,י און אים
פֿאַרשנ ַײדן פֿון לאַנד פֿון די לעבעדיקע,
אַז ז ַײן נאָמען זאָל מער ניט געדאַכט װערן“.
20און דו גאָט פֿון צ ָבאוֹת װאָס משפּטסט גערעכט,
װאָס פּרוּװסט די נירון און דאָס האַרץ,
לאָמיך זען ד ַײן נקמה אױף זײ,
װאָרום צו דיר האָב איך אַנטפּלעקט מ ַײן קריג.
21דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט אױף די ל ַײט פֿון ַעָנתוֹת
װאָס זוכן ד ַײן לעבן ,אַזױ צו זאָגן:
זאָלסט ניט נבֿיאות זאָגן אין נאָמען פֿון גאָט,
כּדי זאָלסט ניט שטאַרבן פֿון אונדזער האַנט;
22דרום האָט גאָט פֿון צ ָבאוֹת אַזױ געזאָגט:
זע ,איך רעכן זיך אָפּ מיט זײ;
די יונגעל ַײט װעלן שטאַרבן פֿון שװערד,
זײערע זין און זײערע טעכטער װעלן שטאַרבן פֿון הונגער.